רוי:רבי יואל סירקיש

ווערסיע פון 04:14, 23 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "׳" ב־"'")

רבי יואל סירקיש (ה'שכ"א - כ' אדר ה'ת'; 1561 - 1640) אויך באוואוסט אויפן נאמען פון זיין באוואוסטער פארפאסונג בית חדש אויפן טור אלס דער ב"ח, איז געווען א באוואוסטער און אנגענומענער גדול און פוסק, געוואוינט אין פוילן און געדינט אלס רב אין בעלזא, בריסק און קראקע.

זיין לעבן

ער איז געבוירן אין לובלין און געלערנט ביי זיין טאטן רבי שמואל יפה, און ביי ר' שלמה לייבוש'ס אב"ד פון לובלין (דער רבי פונעם של"ה), און ביי הרב הירש שור פון בריסק (וואס איז געווען א תלמיד מובהק פונעם רמ"א), און ביי ר' פייבוש וואס איז געווען ראש ישיבה און רב פון קראקע. ער איז געווען רב אין פרוזשאני, לוקאוו, בלומבלע, מעזשביזש, שידלאוו, בריסק, בעלז. אין יאר שע"ט האט מען אים באשטימט רב פון קראקע. אין יענע יארן איז ער געווען א געריבענר ארימאן.

ער איז געבליבן אין קראקע ביז ער איז נפטר געווארן אום כ' אדר שנת ת'. אין קראקע איז ער געווארן א רייכער מענטש און האט געגעבן צו עסן פאר אסאך תלמידים. חוץ פון מעטאמאטיק האט ער זיך צוריקגעהאלטן פון לערנען פרעמדע שפראכן און חכמות.

זיינע קינדער

ער האט איבערגלאזט פיר קינדער.

זיינע זין:

  • הרב יהודה לייב וואס איז געווען דיין אין קראקע און רב פון כענטשין
  • הרב שמואל צבי הירש וואס איז געווען אב בית דין אין פינטשוב

זיינע איידעמעס:

  • הרב דוד הלוי סג"ל (דער ט"ז)
  • הרב יהודה זעלקי מזייא אשכנזי, א דיין אין קראקע.

זיינע תלמידים

  • מגיני שלמה
  • עבודת הגרשוני
  • עטרת זקנים
  • רבי צבי הירש קלויזנער אב"ד לובלין
  • רבי מנחם מענדל קראכמאל, מחבר פון שו"ת צמח צדק

זיינע ספרים

בית חדש

זיין מערסטע באוואוסטע ספר איז די בית חדש אדער ווי מען רופט דאס די ב"ח, דאס איז א חיבור וואס ער האט געשריבן א פירוש אויף די פיר טיילן פונעם טור. דאס איז געווענליך געדריקט אין דער זייט פון טור קעגן איבער דעם פירוש פון די בית יוסף. בעיקר איז ער מפרש די טור, אבער עס איז אויך דא ווי ער רעדט פון די בית יוסף, געווענליך איז ער נאר עוסק אין הלכה און הגהות.

הגהות הב"ח

דאס איז א פארפאסונג וואס ער האט געשריבן אויף תלמוד בבלי און איז בעיקר עוסק מיט פאררעכטן טעותים אין ש"ס פון עלטערע און בעסערע מקורות. אויך טוט ער אמאל מפרש זיין געוויסע ווערטער.

ער האט אויך פארפאסט הגהות אויף דעם רא"ש און דעם רי"ף.

אנדערע ספרים

ער האט אויך פארפאסט:

  • שו"ת הב"ח צוויי טיילן:
    • שו"ת הב"ח הישנות - אויף הלכות תערובות און ממונות
    • שו"ת הב"ח החדשות - וואס האנדעלט אין פארשידענע ענינים.
  • משיב דבר - א פירוש אויף מגילת רות.

זיין דרך הלימוד פאר קינדער

ער האט געהאלטן אז מען זאל לערנען מיט קינדער נ"ך איידער מען לערנט מיט זיי גמרא, אנדערש ווי רש"י וואס האלט אז מען זאל גלייך נאך תורה לערנען גמרא מיט די קינדער. ער האט נישט ערלויבט א קינד צו לערנען גמרא נאר נאכדעם וואס ער איז אדורך א פארהער דורך דריי מענטשן אז ער קען לערנען גמרא.