רוי:קיראוואגראדער גובערניע
|
די קיראוואגראדער גובערניע (אוקראיניש: Кіровоградська область אדער Кіровоградщина קיראוואהראדשטשינא) איז אן אבלאסט (גובערניע) פון אוקראינע. די הויפטשטאט פון דער גובערניע איז יעליסאוועטגראד. די גובערניע איז אין דרום-מערב אוקראינע. אין 2019, האט דאס קאנסטיטוציאנעלע געריכט פון אוקראינע פראבירט ענדערן דעם נאמען פון דער גובערניע צו קראפיווניצקי גובערניע (אוקראיניש: Кропивницька область).[1]
געאגראפיע
קיראוואהראד גובערניע האט א שטח סה"כ פון 24,588 ק"מ2, און געפינט זיך אין דרום-מערב אוקראינע. די גובערניע איז ארומגענומען צו צפון מיט דער טשערקאסער גובערניע, צו צפון-מזרח – פאלטאווער גובערניע, צו מזרח – דניפראפעטראווסקער גובערניע, צו דרום – מיקאלייעווער גובערניע, צו דרום-מערב – אדעסער גובערניע, און צו מערב – וויניצער גובערניע.
שטעט אין קיראוואגראדער גובערניע
- יעליסאוועטגראד
- אלעקסאנדריא
- סוויטלאוואדסק
- זנאמיאנקא
- נאוואוקראיני