רוי:רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק

ווערסיע פון 04:02, 23 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "״" ב־""")
רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק
געבורט וואלאזשין, רוסלענדישע אימפעריע

הרב יצחק זאב "וועלוול" הלוי סאלאווייטשיק (כ' תשרי תרמ"ז, וואלאזשין - ט' תשרי ה'תש"ך, ירושלים) איז געווען דער בריסקער רב.

ער איז געווען אז זון פון ר' חיים בריסקער, ער איז געווען א גרויסער עילוי, און געקענט ש"ס אויסענווענדיג ביי די 16 יאר אלט. ער האט חתונה געהאט מיט אלטע הענדיל, א טאכטער פון רבי חיים אוירבאך.


נאך זיין פאטערס פטירה איז ער געווארן אויפגענומען אלס רב פון דער שטאט בריסק. ביי דער צווייטער וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן קיין ארץ ישראל, ער איז געווען באוואוסט מיט זיין שארפער שיטה קעגן ציונות.

עס איז געדרוקט זיינע חידושים מיטן נאמען חידושי הגרי"ז.

זיינע קינדער זענען

  • ר' יוסף דוב ( ר' בערל) (תרע"ו - תש"ם)
  • ר' חיים (געב׳ תר"ף)
  • רבי דוד (תרפ"ב–תשפ"א)
  • ר' רפאל (געב׳ תרפ"ד)
  • ר' מאיר (נפ׳ כ"ד אדר ב׳ תשע"ו)
  • מרת ליפשא פיינשטיין
  • מרת רבקה שיף

זיינע תלמידים

אין בריסק
אין ווילנע
אין ירושלים

מוסטער:רב-שטומף