רוי:טערעסיף
|
טערעסיף אדער טרעסיף (אוקראיניש: Тересва טערעסוואַ, רוסיש: Тересва, אונגאַריש: Taracköz, סלאוואקיש: Teresva, פּויליש: Tereswa) איז א שטעטל אין קארפאטארוס, היינט אין דער טראנסקארפאטישער גובערניע פון אוקראינע. זי געפינט זיך ביים צוזאמענפלוס פון די טייכן טיסא און טערעסיף, 36 ק"מ דרום־מזרח פון חוסט און 9 ק"מ מערב פון סיגעט. דאס שטעטל האט 7616 איינוואוינער (יאר 2016).
יידישע היסטאריע
די ערשטע יידן זענען געקומען אין טערעסיף אין די אנהייב ת"ק יארן. אין 1768 האבן געוואוינט פיר יידישע משפחות אין שטעטל, אין 1880 האבן געוואוינט 155 יידן, און אין 1921, זענען זיי געווען 480.[1]