רוי:זברוטש
זברוטש Збруч, Zbrucz | |
---|---|
לענג | 244 קילאמעטער |
קוואל | שכאַסניווקע, פידוואלאכיסקער ראיאן, טארנאפאלער גובערניע |
דרענאזש בעקן | 3,395 קוואדראט קילאמעטער |
לענדער אין דרענאזש בעקן | אוקראינע |
זברוטש (אוקראיניש: Збруч; פּויליש: Zbrucz) איז א טייך אין מערב אוקראינע, א לינקער בייטייך פונעם נעסטער.
ער פליסט אין דעם פאדאליער פלאטא.
אויפן טייך זענען פלאצירט א פאר קליינע הידרא-עלעקטריע סטאנציעס.
דער טייך איז א נאטירלעכע גרענעץ צווישן די טארנאפאל און כמעלניצקי גובערניעס.
פון 1772 ביז 1793 איז דער טייך געווען א גרענעץ צווישן פוילן-ליטע און דער האפסבורגער מאנארכיע, אבער אין די יארן 1793–1807 און 1815–1918 איז דער טייך געווען א גרענעץ צווישן גאליציע פון איין זייט און דער רוסלענדישער אימפעריע פון דער אנדערער זייט.
נאכן ריגא אפמאך איז דער פויליש-סאוועטישער גרענעץ געווען לענגאויס דעם טויך; דאס האט געהאלטן ביז 1939.
דער טייך איז לאנג 247 ק"מ און זיין דרענאזש-בעקן איז 3,330 ק"מ².