רוי:הינדא בערגנער

ווערסיע פון 03:40, 23 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "״" ב־""")

הינדא בערגנער (1870 - 1942) איז געווען אַ יידישע שרײַבערקע.

יונגע יארן

זי איז געבוירען געװאָרען הינדא ראזנבלאט 1870 אין שטעטל רעדים אין גאַליציע, הײַנטיקע צײַטן אין דרום־מיזרח עק פֿון פּוילן.

איר משפּחה איז געװען טראַדיציאָנעל און מע האָט איר האָדעװעט חסידיש.

קאריערע

הינדא בערגנער איז באַװוסט פֿאַר איר באַשרײַבונג איבער טאָג־טעגלעכע לעבן אין אַ גאַליציאַנער שטעטל אויפּן שװעל צו דער מאָדערנער געזעלשאַפֿט לסוף 19טן יאָרהונדערט. עס איז אויך באַזונדער װײַל זי שרײַבט פֿון אַ פֿרויס קוקװינקל.

בערגנערס אײנציקע בוך איז ארויסגעגעבן נאָך דעם ווען זי איז ניפֿטר געװארן. אירע זין האָט עס 1946 אין מאנטרעאל פּובליקירט. דאָס בוך הײסט „אין די לאַנגע װינטערנעכט ־ משפּחה־זכרונות פֿון אַ שטעטל אין גאַליציע (1900־1870)." די זין האָט מיט אָנהײב 1937 באַקומען בריװ פֿון דער מאַמען, װוּ זי באַשרײַבט װעגן איר קינדער־יאָרן. זי האָט זײ געשיקט אירע זכרונות, אײן בויגן נאָך דער צװײטער.

בערגנער האָט כּמעט איר גאַנץ לעבן געװױנט אין איר געבורטס־שטעטל, אין פֿאַרגלײַך מיט איר זין װוּ זײַנען װײַט פֿון גאַליציע איבערגעציען.

זי האָט פֿרי באַקומען אַ חשק זיך צו לערנען, און האָט גערעדט יידיש, פֿויליש און דײטש.

איר טאַטע, אַ סוחר אין רעדעם, האַט געהאָלפֿן און איר אָנגעמוטיקט. ער איז געװען אַ ביסל מער פאָזיטיװ צו דער מאָדערנער װעלט, װי די מאַמע.

איר מאַמע האָט באַטראַכטעט ניט־יידישע װיסן װי אַפּיקורסיש. אין איר בוך שרײבט הינדא בערגנער אַזוי: „לײענען אַ פּויליש אָדער דײטש ביכל, האָט זי אָנגערופֿן מתעסק זײַן זיך מיט טרײף־פּסול און דאָס פֿאַרביטן מיט הײסן לײענען מיר די צאינה וראינה."

הינדא בערגנער איז געשטאָרבן אין 1942 בשעת דער צװײטער װעלט־מלחמה, אין דעם בעלזשיץ נאַצי לאַגער.[1][2]

  1. https://jwa.org/encyclopedia/article/bergner-hinde
  2. אין די לאַנגע װינטערנעכט, משפּחה־זכרונות פֿון אַ שטעטל אין גאַליציע (1879־1900) , מאנטרעאל (1946)