רוי:רבי אברהם הורוויץ

ווערסיע פון 21:42, 22 נאוועמבער 2022 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "״" ב־""")

רבי אברהם הורוויץ זצ"ל (ה'תרמ"ה - ה'תש"ב), גערופן רבי "אברהם'לי דעמביצער".

אפשטאם

רבי אברהם'לי איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ה (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אליהו הורוויץ, רב אין זאלין, באקאנט אלס דער זאלינער רב, א זון פון הרב נפתלי חיים הורוויץ, פון דזשיקאוו - ירושלים, דער וואונדער רבי, א זון פון הרב מאיר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.

געשיכטע

רבי אברהם'לי האט געוואוינט נעבן זיין שווער אין דעמביץ. ער פלעגט אפט קומען קיין דזשיקאוו, דארט פלעגט ער אנזיצן א לענגערע צייט ביי זיין בעל אכסניא ר' ישראל קאלאמייער. ער איז געווען א געוואלדיגער תלמיד חכם, דערפאר האבן די שטאט'ס מענטשן אים אפגעגעבן א גרויס רעספעקט, און פלעגן אים שיין אונטערשטיצן. זיין באנעמונג איז געווען זייער מאדנע, ער איז געזעסן אין בית המדרש א גאנצן טאג, ער האט נאר געגעסן מילכיגס.

הסתלקות

רבי אברהם'לי איז אומגעקעמען אין יאר ה'תש"ב, הי"ד.

פאמיליע

רבי אברהם'לי האט געהייראט מרת ביילא די טאכטער פון הרב שמואל הורוויץ, רב אין דעמביץ, א זון פון הרב ראובן הורוויץ רב אין דעמביץ, א זון פון רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פונעם ראפשיצער רב. זייערע קינדער:

  • מרת חנה, די ווייב פון הרב יצחק איטינגער; זיי זענען אומגעקעמען צוזאמען מיט זייער זון אין יאר ה'תש"ב, הי"ד.
  • מרת מרים, הי"ד.
  • הרב יהודה מאיר, הי"ד.
  • מרת ראכיל, בזיווג שני די ווייב פון הרב יואל היילפרין, יאסלא רב אין ניו יארק.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר