רוי:תמר פון גרוזיע

ווערסיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

 

תמר פון גרוזיע
Queen Tamara of Georgia.jpg
באגראטיאני דינאסטיע
פאטער גיארגי דער דריטער
מוטער בורדוחאן (גוראנדוחט)
קינדער גיארגי דער פערטער לאשא און ראסאדאן
קעניגין פונעם קעניגרייך פון גרוזיע
27 מערץ 118418 יאנואר 1213

תָּמָר באַגראַטיאני (גרוזיניש: თამარი, טאַמאַרי; אדער თამარ მეფე, טאַמאַר מעפע, 1166 בערך - 18טן יאנואר 1213) איז געווען די קעניגין פון מלכות גרוזיע פון 1184 ביז איר טויט אין 1213. איר הערשאפט ווערט באטראכט ווי די גאלדענע תקופה פון דער גרוזינישער מאנארכיע אין דעם מיטל אלטער, און זי אליינס איז געווען באטראכט ווי אַ געראָטענע און פרייַנדלעכע מלכּה מיט דעם צונאמען "קעניג פון מלכים און מלכּה פון מלכים" און "תמר די גרויסע".