רוי:שפאלע

ווערסיע פון 05:33, 21 אויגוסט 2020 דורך YI>22חלבי
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
שפאלע

שפּאָלע (אוקראיניש: Шпола) איז א שטאט אין טשערקאסער אבלאסט (גובערניע) אין צענטראלער אוקראינע. זי איז דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם שפאליאנסקי ראיאן. אום 2004 איז די געשאצטע באַפֿעלקערונג געווען 18,400.

היסטאריע

אום 1847, איז שפאלע'ס יידישע באפעלקערונג געווען 1,156. ביז 1897, האט די צאל געוואקסן צו 5,388 אין אן אלגעמיינער באפעלקערונג פון 11,933, ד.ה. 45%. ס'האט זיך געהאלטן אויף דער ניוא ביז צו דער צווייטער וועלט מלחמה.

אין די 1800ער איז שפאלע געווען אינעם זוועניגאראדער דיסטריקט אינעם קיעוו ראיאן פון רוסלאנד. נאכן אראפווארפֿן פון דער צארישער רעגירונג איז שפאלע געווארן צו ערשט א טייל פון דער אוקראינישער סאוועטן סאציאליסטישער רעפובליק און דערנאך פון דעם סאוועטן פארבאנד.

אין דער צווייטער וועלט מלחמה, האט נאצי דייטשלאנד זיך אריינגעריסן אין אוקראינע, און די יידישע באפעלקערונג פון שפאלע איז פארטיליגט אום 1942. היינט זענען יידן בערך0.5% פון שפאלע'ס באפעלקערונג.

מענטשן

49°2′N 31°25′E / 49.033°N 31.417°E / 49.033; 31.417