רוי:אדם סמיט

ווערסיע פון 07:19, 24 מערץ 2015 דורך YI>Dexbot (Removing Link GA template (handled by wikidata))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
אדם סמיט, גרינדער פון קאפיטאליזם

אדם סמיט (ענגליש: Adam Smith‏; 5טן יוני 172317טן יולי 1790) איז געווען א שאטישער פילאסאף און עקאנאמיסט. מ'האלט אים פאר דער גרינדער פון מאדערנער עקאנאמיק און קאפיטאליזם. זיין בוך "די רייכקייט פון פעלקער" פון 1776 אנטהאלט זיינע חשובסטע געדאנקען אין דעם געביט פון עקאנאמיק. ער איז געווען פון די פירנדיקע מענטשן פון אויפגעקלערטקייט אין שאטלאנד.

יונגע יארן

אדם סמיט איז געווען דער זון פון א שטייער באאמטער אין קערקאדי (Kirkcaldy), פייף, סקאטלאנד. גענוי ווען ער איז געבוירן ווייסט מען נישט, אבער בערך אין 1723. ביי די פיר יאר אלט האבן א באנדע ציגיינער אים געכאפט; זיין פעטער האט אים געראטעוועט אין צוריקגעברענט צו זיין מוטער. אין דעם פארט פון קערקאדי האט סמיט געזען דעם הלוך ילך פון האנדל.