רוי:שמואל פריעד

ווערסיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

שמואל פריעד איז היינט צוטאגס פון די גרעסטע טוענים אין דער וועלט. זייענדיג א שארף קעפל און שטייפער פארהאנדעלער האט ער זיך ערווארבן א רעפוטאציע אז עס לוינט זיך אים צו האבן אויף א בעל דין'ס זייט.


ביאגראפיע

שמואל פריעד איז געבוירן אין אונגארן גלייך נאך דעם צווייטן וועלט קריג.

זיינע עלטערן זענען מיט אים אנטלאפן קיין דייטשלאנד אין פערנוואלד.

אין אנפאנג פון די 1950ער יארן זענען זיי געקומען אין אמעריקע.

זיין טאטע איז אין אנפאנג געווען א מלמד אין דער צעהלעמער תלמוד תורה, אבער דער צעהלימער און פאפא רב האבן אים געבעטן צו זיין א שוחט וויבאלד ער האט געהאט זיך געלערנט שחיטה נאך אין אונגארן פארן קריג.

שמואל האט געלערנט אין צעהלים, דערנאך אין סאטמאר ביז די זעכצן יאר.

ביי די זעכצן איז ער געגאנגען לערנען אין בית מדרש עליון.

ער האט חתונה געהאט אין מאנטרעאל און געקומען צוריק וואוינען אין וויליאמסבורג, ניו יארק, גלייך נאך דער חתונה.

ער איז דערנאך געווארן א שוחט פאר צעהלים, און איז געווען זייער שוחט ביז אנפאנג די תש"ן יארן. כאטש די שחיטה האט נאר אנגעהאלטן זייט די מם'ס פאר כפרות ערב יום כיפור.

אנפאנג תש"ם יארן האט ער געשליפן דיאמאנטן און דערנאך געווארן א טוען רבני.