רוי:שלמה גערטנער

ווערסיע פון 07:13, 18 אויגוסט 2017 דורך YI>פוילישער (removed Category:וויזשניץ using HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

שלמה גערטנער (געב' תש"ם) איז א חסידישער חרדישער זינגער וואס וואוינט אין ענגלאנד.

ביאגראפיע

שלמה גערטנער איז געבוירן אין תש"ם אין לאנדאן אין א משפחה פון וויזשניצער חסידים וואס האבן געוואוינט אין הענדאן. ער האט געלערנט אין דער וויזשניצער ישיבה אין בני ברק. נאך זיין חתונה מיט זיין ווייב פרומעט האבן זיי זיך באזעצט אין סטאמפארד היל און שלמה האט אנגעהויבן זינגען ביי חתונות. אין תשס"ז האט ער ארויסגעגעבן זיין ערשטן אלבאם ניסים[1] מיט די באוואוסטע ניגונים "קודש היא לכם" (מלכה'לע) (וואס גערטנער האט קאמפאנירט צוזאמען מיט יוסי גרין און "שמייכל" (קאמפאנירט פון מנחם קרויס). אין תש"ע האט ער ארויסגעגעבן זיין צווייטן אלבאם עשה עשה. גערטנער זינגט מיט א פויליש יידיש און נישט מיט אן אסטגאליציאנער יידיש וואס מ'רעדט אין וויזשניץ.

זעהנדיג אז אין ניו יארק קען ער האבן מער ביזנעס האט ער געוואלט קומען וואוינען אין ניו יארק, אבער זיין רבי, ר' ישראל האגער שליט"א פון וויזניץ האט אים באפוילן צו בלייבן אין לאנדאן. [2]

גערטנער איז טעטיג אין דעם לאנדאנער אנשטאלט "שמייכל" וואס מאכט פריילעך קינדער וואס ליידן פון מעדיצינישע פעלערס.

אלבאמען

ער האט שוין ארויסגעגעבן פיר אלבאמען, אריינגערעכנט נסים, והתקין, עשה עשה, און נאך. אויף די אלבאמען זינגט ער לידער פון גרויסע אידישע קאמפאזירער ווי יאסי גרין און נאך. ער האט אויך ארויסגעגעבן אן אלבאם דוד ושלמה ווי ער אינאיינעם מיט דוד קאליש, זינגן ניגונים וואס קאליש האט פארפאסט.

ווינטער ה'תשע"ז האט ער ארויסגעגעבן זיין אלבאם "מנחה" וואס איז אויפגענומען געווארן ווי א היט ביים היימישן עולם. דער אלבאם איז געווארן אראנזשירט דורך מאנא ראזנבלום. די לידער אויפן אלבאם זענען פון יאסי גרין, מענדל ראטה, און נאך. דער בארימטסטער ניגון אויף דעם אלבאם איז "ווי לאנג קען מען דאווענען מנחה?" א הארצי-רעטארישער ניגון וואס ברענגט ארויס זייער א טיפן פונקט, און איז געווארן זייער פאפולער ביים עולם, בעיקר ביי די יוגנט. דער ניגון איז פארפאסט געווארן דורך מענדל ראטה.

רעפערענצן

וועבלינקען

מוסטער:מוזיק-שטומף