רוי:רויז (אינפעקציע)

ווערסיע פון 12:40, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

א רויז (אדער צעלוליטיס) איז אן אקוטע פארצינדונג פון די געוועבן אונטער דער הויט.

סימפטאמען

דער שטח וואס איז פארצינדעט ווערט רויט, געשוואלן, צארטפיליק, טוט וויי און ווארעם. געוויינלעך זענען דא אויך סיסטעמישע סימפטאמען ווי היץ, נידעריג בלוטדרוק, קאפשמערצן, שוויצן און ציטערן. די רויטקייט קען פארשפרייטן מיט דער צייט. אמאל מאכט זיך אויך רויטע פינטעלעך.

א רויז קען ווערן אפילו אין 24 שעה אבער אפטמאל דויערט עס עטלעכע טעג.

גורמים

א רויז ווערט פון א מין באקטעריעס וואס קומען אריין דורך א ריס אין דער הויט. נישט אלעמאל קען מען זען דעם ריס.