רוי:רבי אברהם טווערסקי (טוריסק)
רבי אברהם טווערסקי זצ"ל (ה'תקס"ו - ב' תמוז ה'תרמ"ט)איז געווען מגיד אין טוריסק מער ווי פופציג יאר.
אפשטאם
רבי אברהם איז געבוירן אין יאר ה'תקס"ה, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת פייגא, א טאכטער פון הרב דוד לייקעס. ווען ער איז געווען אלט צוויי און א האלב יאר איז ער געפארן מיט זיין פאמיליע קיין ליאזני אויף א חתונה.[1]
רבנות
נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תקצ"ז האט רבי אברהם זיך געצויגן אין דער שטאט טוריסק וואו ער איז געווארן מגיד און האט אנגעהויבן פירן זיין רעביסטעווע,.
הסתלקות
רבי אברהם איז נפטר געווארן ב' תמוז ה'תרמ"ט, און ער ליגט אין טוריסק.
זיין פאמיליע
רבי אברהם האט געהייראט מרת ריקל א טאכטער פון הרב יעקב אריה לייב שפירא פון קאוולא, א זון פון הרב מרדכי שפירא פון נעשכיז. זייערע קינדער:
- הרב מרדכי טווערסקי (ה'ת"ר - ח' תמוז ה'תרע"ז), פון קאזמיר.
- מרת שיינא רייזא, די ווייב פון הרב אפרים מרגליות, א זון פון הרב חיים מרדכי מרגליות, דער שערי תשובה בזיווג ראשון.
- מרת פייגא מינטשע. די ווייב פון הרב יצחק מאיר העשל (דער צווייטער), פון זשינקאוו.
- מרת חיה, די ווייב פון הרב שלום יוסף פרידמאן (ה'תר"ך - ז' טבת ה'תרמ"ג), פון הוסיאטין.
- מרת שבע, די ווייב פון הרב אברהם דוב טווערסקי פון רחמיסטריווקא
- מרת מינטשע די ווייב פון הרב שמואל העשל פון זשינקאוו.
- מרת מלכה, די ווייב פון הרב אפרים מרגליות, א זון פון הרב חיים מרדכי מרגליות, דער שערי תשובה בזיווג שני.
- מרת יוכבד, די ווייב פון הרב משה טווערסקי, פון קאריסטשאוו, א זון פון איר פעטער הרב מרדכי טווערסקי.
- מרת גיטל, די ווייב פון הרב מנחם נחום טווערסקי, פון מאקאראוו.
- מרת גיטל לאה, די ווייב פון הרב מרדכי טווערסקי (ה'תר"ב - א' ר"ח אדר ה'תרע"ו), פון קאריסטשאוו, א זון פון איר פעטער הרב משה טווערסקי פון קאריסטשאוו.
- מרת צפורה, די ווייב פון הרב ישראל טווערסקי ( - כ"ז אלול ה'תרע"ט), פון סקווירא, א זון פון איר פעטער הרב יצחק טווערסקי, פון סקווירא.
זיינע ספרים
- מגן אברהם
זעט אויך
רעפערענצען
- מאורי אור
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןBH