רוי:קרבן תמיד

ווערסיע פון 12:39, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

דער קרבן התמיד איז א קרבן ציבור וואס מ'האט מקריב געווען אין בית המקדש צוויי מאל יעדן טאג: אינדערפרי און פארנאכט.

צום קרבן תמיד ברענגט מען א שעפסל וואס איז נאך נישט אלט איין יאר. דאס שעפסל קויפט מען מיט געלט פון די שקלים וואס מען פלעג זאמלען פון אלע יידן יעדע יאר סוף חודש אדר. דער קרבן תמיד איז א קרבן עולה וואס מען דארף אינגאנצן פארברענען אויפן מזבח.

היינט ווען ס'איז נישט דא קיין בית המקדש, זאגט מען דעם פרשת התמיד יעדן טאג ביים דאווענען שחרית און מנחה.

מקורות

מוסטער:יידישקייט-שטומף