רוי:קאסמאס געיעג

ווערסיע פון 16:52, 8 יאנואר 2021 דורך 109.66.15.178 (שמועס)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

אַ מאָדעל פֿון ספּוטניק 1

דאָס קאָסמאָס געיעג איז געווען אַ קאָסמאָס עקספּלאָראַציע קאָנקורס צווישן דער סאָוועטן פֿאַרבאַנד און די פֿאַרייניקטע שטאַטן צווישן 1957 און 1969. זיי האָבן קאָנקורירט צו אויספֿאָרשן דעם קאָסמאָס מיט מענטשן-געמאַכטע סאַטעליטן, שיקן מענטשן צום קאָסמאָס און אַראָפּלאָזן זיי אויף דער לבנה.

דאָס קאָסמאָס געיעג האָט איינגעהויבן נאָך די סאָוועטן האָבן געשיקן ספּוטניק 1 דעם 4טן אקטאבער 1957. דער טערמין קאָסמאָס געיעג האָט אנגעהויבן אַלס אַ פֿאַרגלײַך צו דאָס באַוואָפֿענונג געיעג (ענ'). דאָס קאָסמאָס געיעג איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל פֿון די פֿייַנדשאַפֿט צווישן די פֿאַרייניקטע שטאַטן און דער סאָוועטן פֿאַרבאַנד אינעם קאַלטער קריג. קאָסמאָס טעכנאָלאָגיע איז געוואָרן אַ זייער וויכטיקער טייל אין די דאָזיקע פֿייַנדשאַפֿט צוליב מעגלעכע מיליטערישע באַנוצן.

  • דעם 4טן אקטאבער 1957 האָט דער סאָוועטן פֿאַרבאַנד צעשיקט ספּוטניק 1, די ערשטע מענטשן-געמאַכטע סאַטעליט צו גיין אַריין אין דער ערד'ס אָרביט. דאָס האָט אנגעהויבן דאָס קאָסמאָס געיעג.
  • איין טייל פֿון דאָס קאָסמאָס געיעג איז געווען צו שיקן אַ מענטש צו דער קאָסמאָס. דער סאָוועטן פֿאַרבאַנד האָט דאָס געוואונען ווען יורי גאַגאַרין האָט אָרביטירט דער ערד דעם 12טן אפריל 1961.
  • ביי אַ קאָנגרעס לעקציע דעם 25סטן מיי 1961 האָט דער פֿאַרייניקטע שטאַטן פּרעזידענט דזשאָן עף. קענעדי אויפֿגעשטעלט דער עהרגייציגער ציל אַראָפּצולאָזן אַ מענטש אויף דער לבנה ביים סוף יאָרצענדלינק. דער פּראָגראַם איז גערופֿן דער אַפּאָלאָ פּראָיעקט. דאָס האָט אויך געמאַכט אַן אַרויסרוף פֿאַר די רוסן צו פּרובירן דאָס ערשטנס. די אַמעריקאַנער האָבן געוואונען אין 1969 ווען ניל אַרמסטראָנג און באַז אָלדרין האָבן געלאַנדט אויף דער לבנה און צוריקגעקומען צו ערד געזונד אונט מונטר.

וועבלינקען

מוסטער:קאסמאס-שטומף