רוי:קאנאדע

ווערסיע פון 00:38, 11 נאוועמבער 2022 דורך YI>Fry1989
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קאַנאַדע
פאן {{{נאמען}}}
סימבאָל {{{נאמען}}}
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: O Canada
אָרט פון {{{נאמען}}}
קאָנטינענט צפון אמעריקע
אָפיציעלע שפּראַך ענגליש, פראנצויזיש
הויפּטשטאָט אטאווא 45°24′N 75°40′W / 45.400°N 75.667°W / 45.400; -75.667 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
גרעסטע שטאָט טאראנטא
רעגירונג פעדעראלע פארלאמענטארע קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע
גובערנאטאר גענעראל
פּרעמיער מיניסטער
שמעון מרים
זשוסטין טרודא
פון פאראייניגטן קעניגרייך
- עטאבלירט


1טן יולי 1867
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
9,984,670 קוואַדראַט ק"מ

8.92
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

35,851,774 (געשאצט 2015)
37סט
3.41 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $1,628 טריליאן (15ט)
וואַלוטע קאנאדישער דאלאר
צייט זאָנע -3.5 ביז -8
אינטערנעט דאָמען ca.
טעלעפאָן קאָד 1+

קאַנאַדע (ענגליש: Canada קעֶנעֶדעֶ; אויף קאנאדישער פראנצויזיש קאַנאַדאַ) איז א פעדערירט לאנד וואס אקופירט דעם רוב פון צפון אמעריקע, פון דעם אטלאנטישן אקעאן אין מזרח ביז צום פאציפֿישן אקעאן אין מערב און אויך צו צפון ביזן ארקטישן אקעאן. דאס צווייטע גרעסטע לאנד לויט פלאך מאס, זי האט א גרעניץ מיט די פאראייניקטע שטאטן סיי צו דרום סיי צו צפון-מערב.[1] זי איז צוזאמענגעשטעלט פון 10 פראווינצן און דריי גרויסע טעריטאריעס. קאנאדע איז א ריזיג לאנד מיט א ברייטן אויסוואל פון געאלאגישע פֿארמירונג, קלימאטן, און עקאלאגישע סיסטעמען. זי פֿארמאגט רעגנדיגע וועלדער, שיינע גראזלאנד, דעסיידיאוס וועלדער, טונדרע לאנד (שטחים אן ביימער אדער אנדערע געוויקסן), און נאס לאנד. קאנאדע האט מער אזערעס און אינלאנד וואסערן ווי סיי וועלכע אנדער לאנד. זי איז בארימט מיט איר דעקאראציע וועלכע אטראקט מיליאנען טוריסטן יערליך. אירע אוצרות פער מענטש איז די צווייטע רייכסטע אין דער וועלט נאך אויסטראליע.

קאנאדע איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט אין שטח אבער האט א קליינע באפעלקערונג בערך אזויפיל איינוואוינערס ווי עס איז דא אין דעם שטאַט קאליפארניע, וועלכע איז נאר א 25טל די גרויסקייט פון קאנאדע. די סיבה דערפון איז, ווייל א גרויס חלק פון קאנאדע ליגט זייער צפון וואו עס איז געפרוירן קאלט און עס איז כמעט אוממעגליך צו וואוינען דארט. רוב קאנאדער וואוינען אינגאנצן אויף דרום און א דריטל פון די גאנצע באפעלקערונג וואוינען אין די מעטראפאליטאנע שטעט, פֿון וועלכע די גרעסטע זענען: טאראנטא, אנטעריא; מאנטרעאל, קוויבעק; ווענקואווער, בריטיש קאלאמביע און עדמאנטאן, אלבערטא. די אפיציעלע שפראכן זענען ענגליש און פראנצויזיש וועלכע איז די ארגינעלע אפשטאם פון רוב קאנאדער. קאנאדע איז טאקע אמאל באשטאנען נאר פון ענגלישע און פֿראנצויזן, אבער מיט די יארן האבן געלאנדעט צענדליגער טויזנטער אימיגראנטן פון גאנץ אייראפע. די אימיגראציע קיין קאנאדע גייט נאך היינט אן אין גרויסן, זייענדיג דאס איינציגסטע לאנד אין צפון אמעריקע וואס האלט נאך אן אפיציעלע אימיגראציע פראגראמען. אין די לעצטע 30 יאר, און נאך היינט, זענען רוב אימיגראנטן קיין קאנאדע פון אזיאטישע לענדער.

קאנאדע איז באוואוסט מיט אירע רייכע אוצרות פון געהילץ, מינעראלן, און עכט פֿריש וואסער אויף וועלכע אסאך אינדוסטריעס זענען אוועקגעשטעלט. רוב פון קאנאדעס טייכן זענען מיט די יארן צוגעשטעלט געווארן פאר היידרא-עלעקטריק באנוץ פון וועלכע קאנאדע שטעלט צו אלע ערליי ענערגיע. קאנאדע האט אויך א גרויסע פֿאבריצירונג אינדוסטריע וועלכע עקספארטירט א דריטל פון איר ארויסגעבונג. די הויפט פאבריקאציע אינדוסטריע איז טראנספארטאציע. כאטש קאנאדע'ס עקענאמיע איז שטארק אנגעוויזן אויף איר פאבריקאציע איז אבער די סערוויס סעקטאר פיל גרעסער און רוב קאנאדער ארבעטן אין דעם סעקטאר וועלכע רעכנט אריין: טראנספארטאציע, האנדל, פינאנץ, פערזענלעכע באדינסטן, און רעגירונג.

קאנאדע איז א פארלאמענטארישע דעמאקראטיע אין וועלכע די פעדעראלע, פראווינציאלע, און טעריטאריאלע רעגירונגען זענען 100 פראצענט ערוועלט. וויאזוי אימער, איז אבער קאנאדע'ס ריכטיגע סאווערען (הערשער) א מאנארך, וועלכע איז די קעניגן פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך. די קעניגן איז רעפרעזענטירט אין קאנאדע דורך א גאווערנער-גענעראל און 10 לוטענענט גאווערנערס. קאנאדע'ס קאנסטיטוציע גאראנטירט יושר צו אלע בירגערס און די פעדעראלע און פראווינציאלע מאכט ווערט אויסגעלייגט אונטער דער קאנסטיטוציע. אבער מיט די יארן האט די רעגירונג איינגעשטעלט פילע פראגראמען וועלכע געבן א ברייטע אויסוואל פון סאציאלע סערוויסעס פאר דער פובליק.

ארגינעל זענען די ערשטע קאנאדער געווען אן אינדיאנער פֿאלק. זיי זענען געווען די ערשטע מענטשליכע באשעפענישן וועלכע האבן באטראטן די קאנאדער ערד. דער נאמען קאנאדע האבן זיי באלד אין אנהויב באשטימט. דער באדייט איז אין זייער שפראך: דארף אדער קאמיוניטי. עס האט געדויערט 250 יאר ביז די ערשטע אייראפעאישע גרופע האט זיך באזעצט אין קאנאדע. די אייראפעאישע זענען געקומען אין גרופעס אין א משך פון 50 יאר און זענען געווען צוטיילט אין צוויי טיילן. צו ערשט זענען געקומען פֿראנצויזישע און שפעטער ענגלישע. די צוויי פֿעלקער האבן זיך באזעצט אויף צוויי אנדערע עקן, די פֿראנצויזן אויף מזרח און די ענגלישע אויף מערב. אין 760' האט בריטאניע באזיגט די פראנצויזן אין קאנאדע און געווארן דאס בלויזע קעניגרייך וועלכע גייט נאך אן ביז'ן היינטיגן טאג כאטש קאנאדע פארמאגט אן אייגענע פארלאמענטארישע רעגירונג. די פראנצויזן האבן אבער נישט פֿארלאזט קאנאדע און האבן שטענדיג פרובירט זיך צוזאמענצוהאלטן מיט זייער שפראך און קולטור. דאס איז א באזונדערע קאפיטל אין קאנאדע'ס היסטאריע וועלכע האט אין די לעצטע יארן געברענגט צו א שטארקע באוועג צווישן די פראנצויזן זיך אפצוטיילן און גרינדן א זעלבטשטענדיג לאנד.

די מאדערנע קאנאדע איז אויסגעפֿארמט געווארן אין 1867 אין א היסטארישער פאסירונג וועלכע די קאנאדער רופן די קאנפֿעדעראציע. דריי בריטישע קאלאניעס האבן זיך דעמאלט פאראייניגט אין געגרינדעט א טיילווייז זעלבטשטענדיג לאנד פון פיר פראווינצן. זינט דעמאלט זענען נאך זעקס פראווינצן און דריי טעריטאריעס צוגעלייגט געווארן צו קאנאדע'ס זעלבסשטענדיגן לאנד. קאנאדע האט ערשט באקומען פולע זעלבשטענדיקייט פונעם פֿאראייניגטן קעניגרייך אין 1931 אבער באלאנגט ווייטער צו דער קאמאנוועלט אף נאציאנען, אן אסאסיאציע פון לענדער מיט נאנטע פארבינדונגען צום פֿאראייניגטן קעניגרייך.

לאנד און אוצרות

קאנאדע איז זייער א גרויס לאנד (נאר רוסלאנד איז גרעסער) אבער איז באמת נאר א צענטל די גרויסקייט, ווייל די גאנצע צפון זייט איז קאלט און אומבאוואוינט. די דרום ראיאנען וואו די קאנאדער וואוינען האבן נישט אזעלכע לאנגע ווינטערס און האט גוט ארגיקולטור לאנד. רוב קאנאדער וואוינען אינערהאלב 200 מייל (320 קילאמעטער) פון די אמעריקאנער גרעניצן. קאנאדע אקופירט גאנץ צפון פון נארט אמעריקע מיט א שטח פון 3,849,674 קוואדראט מייל (9,970,610 קוואדראט קילאמעטער) פון וועלכע 7.6 פראצענט איז באדעקט מיט פריש וואסער ווי טייכן און אזערעס, אריינגערעכנט א גרויסע טייל פון די גרעיט לעיקס (די מערסט באוואוסטע אמעריקאנער קערפער מיט פריש וואסער). קאנאדע איז ארומגענומען מיט וואסער פון דריי זייטן און אמעריקע איז אויף איר פערטער זייט. צו צפון האט זי דעם ארקטיק אקעאן, אויף מזרח דעם אטלאנטישן אקעאן (ביים שפיץ מזרח-צפון איז זי גאנץ נאנט צו גרינלאנד, אפגעטיילט מיט די באפין בעי טייך), און צו מערב דעם פאציפישן אקעאן און א טייל מיט אלאסקא.

קאנאדעס ראיאנען זענען איינגעטיילט ווי פאלגענד: די גרעיט לעיקס און סעינט לארענס לאולענדס, די קענעידיען שילד, די גרעיט פלעינס, קענעידיען קארדילירא, און די קאנאדישע ארקטיק ארכיפילעג. די גרויסע אזערעס און סעינט לארענס לאולענדס נעמען אריין דאס גאנצע מזרח טייל פון קאנאדע ווי נופאונדלענד, נאווע סקאשע, ניו בראנסוויק, פרינצ עדווארד איילענד, אנטעריא און קוויבעק. עס נעמט אויך אריין די גרינער בערג פון ווערמאנט און די ווייסע בערג פון ניו העמפשער וועלכע גרעניצן זיך מיט קוויבעק. די ראיאן איז האט זייער גוטע ערד און איז אויך די הארץ פון פאברעצירונג. אנטעריא און קוויבעק פארמאגן 77 פראצענט פון קאנאדע'ס ארבעטס קראפט אין די פאברעצירונג סעקטאר. די קענעידיען שילד איז די גרעסטע ראיאן פון קאנאדע וועלכע נעמט אריין די צפון טיילן פון מזרח קאנאדע אנגעהויבן פון לאבראדאר ביז די האדסאן בעי און אינדערצווישן אלע טעריטאריעס און צפון טיילן פון די מיטעלע פראווינצן ווי מעניטאבע, און אנטעריא. די ראיאן איז געפרוירן קאלט און ווייניג מענטשן וואוינען דארט. די גרעיט פלעינס גרעניצט די קענעידיען שילד אויף מערב זייט. עס נעמט אריין די גאנצע מערב טייל פון קאנאדע וועלכע זענען די פראווינצן פון בריטישע קאלומביע, אלבערטא, און האלב פון סעסקעטשווען. די ראיאן פארמאגט די מערסט פרוכטבארע ערד פון גאנץ קאנאדע.

די קאנאדישע קארדילירא נעמט אריין א טייל פון די נארטוועסט טעריטאריעס און די גאנצע פון די יאקען טעריטאריעס. די טעריטאריעס געפינען זיך העכער בריטיש קאלאמביע און זענען באוואוסט אין דער וועלט אלס די ראוקי מאונטענס וועלכע הייבט זיך אן נאך אין קאליפארניע און גייט אדורך די גאנצע מערב ברעג ביז נאך די יאקען טעריטאריעס. די ראוקי מאונטענס זענען אנדערש ווי אלע בערג אין דער וועלט. עס פארמאגט אסאך שטעטלעך אויף זיך מיט שיינע טייכן און וועלדער. די העכסטע פונקט פון די ראוקי מאונטענס געפינט זיך אין קאנאדע מיט די הויכקייט פון ארום 12,000 פיס.

דער קאנאדישער ארקטישער ארכיפעלאג איז א בינטל פון הונדערטער אינזלן אין דער האדסאן בוכטע. די אינזלען גייען ארויף זייער הויך אינעם ארקטיק אבער עס וואוינען מענטשן איבעראל. די מערסט באוואוסטע אינזלען זענען די קווין עליזאבעט אינזלען וועלכע ליגן אויך גאר הויך. דער קאנאדישער ארקטישער ארכיפעלאג איז זייער קאלט און טרוקן און גיט ארויס זייער ווייניג געוואוקסן.


טייכן, אזערעס, און גרענעצן

קאנאדע פארמאגט מער וואסערן ווי סיי וועלכע אנדער לאנד אין דער וועלט. אויסער די גרעיט לעיקס וועלכע זי טיילט זיך מיט די פאראייניגטע שטאטן (אויסער לעיק מישיגן) פארמאגט זי 31 לעיקס אדער רעזערווארן וועלכע פארנעמן מער ווי 500 קוואדראט מייל (1,300 קוואדראט קילאמעטער) אין שטח. די גרעסטע לעיקס זענען די סופיריער און הורן, ביידע זענען צווישן 60 און 80 טויזנט קוואדראטער מייל גרויס. קאנאדע'ס גרעסטע טייכן זענען דער סט. לארענס און דער מאקענזיע. דער סט. לארענס איז ריזיג גרויס און ווערט דאס מערסטע גענוצט פאר קאמערציאלע פראכט וועלכע קומען פון דעם אטלאנטיק אקעאן. דער מאקענזיע איז נישט אזוי גרויס ווי לאנג. איר לענג גרייכט איבער 2,500 מייל (4,000 קילאמעטער), מאכנדיג איר איינע פון די לענגסטע טייכן אין דער וועלט. קאנאדע'ס לעיקס פארמאגן די פרישסטע וואסער וואס מען קען ווי אימער געפינען. אסאך ספרינג וואסער וואס עס זענען דא אין די געשעפטן קומען פון קאנאדער וואסערן, אריינגערעכנט לאבראדאר וועלכע הייסט צו זיין די בעסטע ספרינג וואסער אויף די מארקעט. אויך פון די טייכן האט קאנאדע שטארקע נוצן ווייל מיט א מאנגל און קוילן האט זי מיט די יארן דעוועלאפט א שטארקע סטרוקטור פון היידרא-עלעקטריק וועלכע נעמט איר ענערגיע פון די טייכן דורך נאטורליכע און מענטשליך געמאכטע וואסער פאלן.

קאנאדע'ס וואסער ברעג גרעניץ ליניעס ציילן צוזאמען אן ערך פון 115,000 מייל (קילאמעטער 185,000) אבער עס איז זייער צובראכן צוליב די פילע אינזלן וועלכע שטייגן ארויס ביי אלע ברעגן וועלכע זעען זיך גוט אן אין יעדע מאפע. קאנאדע האט די פולע קאנטראל אויף אלע וואסערן ביז 230 מייל (370 קילאמעטער) ווייט פון די ברעגעס. צום מערסטן קומט עס איר צוניץ אין די פיש אינדוסטרי מיט וועלכע קאנאדע איז געבענטש. קאנאדע גרעניצט זיך נאר מיט אלאסקא און די פאראייניגטע שטאטן. די קאנאדע–אמעריקע גרעניץ איז די לענגסטע גרעניץ אויף דער יבשה און האט די גרעסטע מאס האנדל צווישן צוויי גרעניצן אין דער וועלט. די סך הכל האנדל אין א ביזנעס טאג דעגרייכט 1.2 ביליאן דאלאר אין ווערד. די גרעניץ איז אויך די פרידליכסטע גרעניץ צווישן צוויי לענדער מיט די ווייניגסטע פראבלעמען. מיליאנען מענטשן גייען טעגליך אדורך די גרעניצן שנעלער ווי עס געדויערט צו צאלן טאלל אויף סיי וועלכע בריק אדער טונעל וועלכע פירן אריין קיין מאנהעטן. זינט די סעפטעמבער אטאקעס אויף אמעריקע האבן אמעריקע און קאנאדע אביסל פארשטערקערט די זיכערהייט אבער איז נאך אלץ געבליבן די גרינגסטע גרעניץ אדורכצוגיין.


קלימאט, פלאנצונגען, און באשעפענישן

צוליב איר גרויסקייט האט קאנאדע א גרויסער אויסוואל פון קלימאטן, אנגעפאנגען אין די געפרוירענע ארקטיק ראיאנען ביז די דרום ביזנעס שטעט ווי מאנטרעאל, טאראנטא, און ווענקואווער. אין א געווענליכן זומער טאג איז די וועטער אין די צפון ראיאנען ארום 45 גראד (8 צעלסיוס) און אין די דרום שטעט ארום 72 (22 צעלסיוס) אבער קען גיין אפטמאל ביז גוט איבער 90 גראד. אין יאנואר זענען די צפון ראיאנען אזוי קאלט ווי 31 אונטער זערא (מינוס 35 צעלסיוס) און אין די דרום שטעט איז געווענליך 30 גראד. דאס ווארימסטע ארט איז אין דרום-מערב בריטיש קאלאמביע וואו עס איז געווענליך מיט 10 ביז 20 גראד ווארימער ווי אין טאראנטא אדער מאנטרעאל. די צפון ראיאנען זענען איבערגעדעקט מיט שניי מער ווי האלב פונעם יאר און טייל ערטער זענען שנייאיג א גאנץ יאר. די מזרח פראווינצן (קוויבעק, נאווע סקאשע, נופאונדלענד, אנטעריא) באקומען דאס מערסטע שניי איבער א ווינטער אבער בלייבט נאר פאפרוירן ביז פרילינג. קאנאדע איז נישט אזוי שטארק באוואקסן פראצענטועל. אבער צוליב איר גרויסקייט האט זי אסאך וועלדער פון וועלכע מען שניידט ארויס מיליאנען ביימער יערליך פאר האלץ און פאפיר פראדוקציע, וועלכע איז א שליסל וויכטיגע אינדוסטרי אין קאנאדע'ס עקענאמיע. פלאנצונגען איז דא בשפע, ספעציעל ארום די פילע לעיקס און טייכן. אלע ערליי גרינצייג און פרוכט וואקס אין קאנאדע פון וועלכע מען עקספארטירט א שיינע טייל קיין אמעריקע. די צוויי מערסט באקאנטע און גוטע געוואוקסן פון קאנאדע זענען פאטעיטאס פון פרינס עדווארד איילענד (באקאנט אלס די פי-אי-איי פאטעיטאס) און טאמעיטאס פון קוויבעק. אלע פלאנצונגען זענען קאנצעטרירט אין מזרח אדער מערב קאנאדע. די מיטעלע פראווינצן זענען ארים פון ביימער און פלאנצונגען.

קאנאדע האט די זעלבע סארט חיות און בהמות וואו אין די צפון אייראפעאישע און אזיאנער לענדער. רוב קאנאדע פארמאגט שווארצע און ברוינע בערן, וועלף, פוקסן, און מינק. אין די ארקטיק ראיאנען זענען פאראן נאר די ווייסע פאלאר בערן. קאנאדע פארמאגט איבער גענוג נאטיווע בהמות פון וועלכע מען פלעגט אין די אלטע צייטן מאכן ביזנעס פון וואל און לעדער. היינט עקספארטירט קאנאדע מער נישט קיין איינע פון די זאכן. די איינציגסטע נאטיווע באשעפעניש פון וועלכע קאנאדע מאכט נאך היינט ביזנעס איז פיש. אלע לעיקס און טייכן זענען איבערגעפילט מיט אלע ערליי פיש וועלכע ווערן עקספארטירט קיין אמעריקע און נאך מערב לענדער.

באפעלקערונג

 
טאראנטא, אנטעריא הימל-ליניע

די באפעלקערונג צאל איז געשטאנען ביי 28,846,746 אין דער לעצטער צענזוס פון 96'. די וואוקס פון דער פריערדיגער צענזוס אין 91', וועלכע איז געווען 27.3 מיליאן, איז געווען די גרעסטע וואוקס פראצענטועל פון אלע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט. קאנאדע'ס ארכי ליבעראלע אימיגראציע סיסטעם נעמט אן אימיגראנטן פון כמעט אלע לענדער אין דער וועלט. די געשאצטע באפעלקערונג אין 02' איז געווען נאנט צו 32 מיליאן איינוואוינער. רוב קאנאדער וואוינען אין די אורבאן שטעט וועלכע געפינען זיך זייער נאנט צו די דרום גרעניצן. צוויי דריטל פון דעם וואוינען אין אנטעריא און קוויבעק, וועלכע ווערט אויך אנגערופן צענטראל קאנאדע. רוב קאנאדער זענען בריטיש אדער פראנצויזיש אפשטאמיגע אבער עס ווערן אויך רעפרעזענטירט נאך עטליכע אייראפעאישע לענדער. אין צפון זענען די אינדיגינוס פאלק די מערהייט. פראנצויזיש און ענגליש זענען די צוויי אפיציעלע שפראכן טראץ די וואס רעדן ענגליש אלס זייער מאמע-לשון שטייגן איבער די צאל פון פראנצויזיש רעדנדיגע אלס זייער מאמע-לשון מיט 2.5 קעגן 1. אלע פראנצויזישע זענען רוימען קאטויליקן און די ענגלישע זענען צוטיילט צו עטליכע רעליגיעס. קאנאדער האבן א הויכע שריפטיקייט ראטע און א צאל גאר גוטע יוניווערסיטיס. די וואוינונג סטאנדארט איז פון די העכסטע אין דער וועלט טראץ וואס איינס פון 7 פאמיליעס האבן פראבלעמען מיט ארימקייט. ווילדע פארברעכנס איז נידעריג ווען צוגעגליכן קעגן אנדערע נארט אמעריקע לענדער. די פארברעכנס הייבן זיך אבער יעדעס יאר.

קאנאדע איז א לאנד אין וועלכע אלע איינוואוינער זענען פון ערגעץ אנדערש. אלע אחוץ די אינדיגינוס זענען אנגעקומען קיין קאנאדע אין די לעצטע 400 יאר. דערפאר שפירן אלע קאנדער א געוויסע געבינדנהייט צו זייער היים לאנד אפשטאם. רוב זענען אייראפאישע אבער לעצטענס קומען די אזיאנער שטארק אריין. אין די לעצטע 20 יאר זענען האלב פון אלע אימיגראנטן געווען פון אזיאנער לענדער. די שנעלסט וואקסנדיגע באפעלקערונג זענען די כינעזער וועלכע שפראצן ווי די היישעריקן. ארום 29 פראצענט פון די באפעלקערונג זענען איינגעשריבן אלס מער ווי איין עטניק. די אינדיגינוס מאכן אויס 3 פראצענט פון די באפעלקערונג און די שווארצע מאכן אויס 2 פראצענט. אימיגראציע איז זייער וויכטיג אין קאנאדע'ס באפעלקערונג ווייל קאנאדע וואקס זייער לאנגזאם נאטורליך. די געבורט'ס ראטע פער פרוי שטייט אינגאנצן ביי 1.6, וואס טייטש אז די פאמיליעס זענען ממש א דריטל די גרויסקייט ווי עס פלעגט זיין אין די געוועזענע דור. די לעבנ'ס שפאן איז איינע פון די העכסטע אין דער וועלט און די געבורט'ס ראטע איינע פון די נידעריגסטע וואס מאכט די באפעלקערונג עלטער און עלטער. אין דעם פארגאנגענעם יאר איז די נאטורליכע וואוקס געווען בלויזע 0.36 פראצענט אלס א רעזולטאט פון 11.1 ניי געבוירענע פער יעדע 1,000 מענטשן און א טויט ראטע פון 7.5 פער 1,000 מענטשן. די געבורט ראטעס ווערן קלענער און קלענער יעדעס יאר שוין פאר א לענגערע צייט און די רעגירונג איז שטארק באזארגט אז א זערא נאטורליכע וואוקס איז נישט ווייט. דערפאר האט זי באשלאסן אין די אנהויב 80'גער יארן צו עפענען אירע טויערן פאר יעדן איינעם.

אויסער די צאל און געמיש פון אימיגראנטן פון אלע לענדער האט קאנאדע אוועקגעשטעלט זייער א לייכטע אימיגראציע סיסטעם וועלכע אימיגרירער האבן ענדערש געקליבן צו גיין. רוב אימיגראנטן רוקן זיך באלד אריין אין די געדיכטע אורבאן שטעט וואו זיי לערנען זיך שנעל די פראנצויזישע אדער ענגלישע שפראך און צומאל ביידע. זינט די סעפטעמבער אטאקעס אויף אמעריקע איז קאנאדע געווען געצוואונגען שטרענגער צו מאכן אירע אימיגראציע פאליסיס, ווערנדיג באשולדיגט דורך די אמעריקאנער פאר'ן האבן צו א ווייכע אימיגראציע סיסטעם וועלכע לאזט אדורך טעראריסטן אן קיינע פראבלעמען. קאנאדע איז באוואוסט מיט איר נידעריגע באפעלקערונג געדיכטקייט פון 8.3 מענטשן פער קוואדראט מייל (3.2 מענטשן פער קוואדראט קילאמאטער) אבער דער אמת איז אז עס איז א גרויסער טעות ווייל מער ווי צוויי דריטל קאנאדער וואוינען אין די אורבאן שטעט וועלכע זענען צוטיילט אין 26 מעטראפאלעיטנס. די לעצטע צענזוס האט געוויזן אז 59.6 פראצענט פון פאלק וואוינען אין די שטעט ממש און צוזאמען מיט די סובורבס האט עס אויסגעמאכט 77.9 פראצענט. די קאנאדער באפעלקערונג איז נישט אייניג צוטיילט איבער'ן לאנד. די לעצטע צענזוס האט געוויזן אז 62 פראצענט פון פאלק וואוינען אין קוויבעק און אנטעריא, ביידע מער צו מזרח. די איבעריגע 17 פראצענט וואוינען אין אלבערטא, סעסקעטשווען, און מאניטאבע. 8 פראצענט וואוינען אין די מזרח אטלאנטיק פראווינצן וועלכע זענען: ניו בראנסוויק, נאווע סקאשע, נופאונדלענד און לאבראדאר, און פרינץ עדווארד איילענד. 13 פראצענט וואוינען אין בריטיש קאלאמביע, און קארגע 0.3 פראצענט וואוינען אין די דריי טאריטאריעס וועלכע זענען: די יוקאן, נארדוועסט טעריטאריעס, און נונאוואט. בריטיש קאלאמביע האט ערשט אנגעהויבן וואקסן אין די לעצטע 25 יאר צוליב די פילע כינעזער וועלכע וואוינען דארט. אלבערטא האט אסאך בענעפעטירט פון דעם ווייל אויך איר באפעלקערונג צאל איז געשטיגן. נאך אלץ איז אנטעריא געבליבן די גרעסטע און עקאנאמיש וויכטיגסטע פראווינץ. קאנאדע'ס הויפטשטאט אטאווא געפינט זיך אויך אין אנטעריא.


די גרעסטע אורבאן צענטערן אין קאנאדע געפינען זיך אין אנטעריא און אין קוויבעק. די גרויסקייט איז סיי אין באפעלקערונג און סיי עקאנאמיש. אין קאנאדע ווערט דאס אנגערופן א סי-עם-עי (צענזוס מעטראפאליטן עריע). א סי-עם-עי איז א גיאגראפישע געגענט וועלכע אנטהאלט די גרעסטע ארבעט'ס קראפט פון די אורבאן שטאט. די גרעסטע סי-עם-עי'ס זענען היינט צו טאג ווי פאלגענד:

1) טאראנטא, אנטעריא (4,881,400 איינוואוינער), איז דאס לאנד'ס הויפט פינאנציעלע און פאבריקאציע צענטער און איז איינע פון די וועלט'ס מערסט עטניק געמישטע שטאט. די לאקאלע אנטעריא רעגירונג גיט סערוויס אין 70 שפראכן.

2) מאנטרעאל,קוויבעק (3,511,800 איינוואוינער), א גרויסע פאבריקאציע און קאמערציאלע שטאט. מאנטרעאל איז די וועלט'ס גרעסטע פראנצויזיש רעדנדיגע שטאט אויסער די גרעניצן פון פראנקרייך.

3) ווענקואווער, בריטיש קאלאמביע (2,078,800 איינוואוינער), א שנעל וואקסנדיגע שטאט אין פאבריקאציע פון טראנספארט און געהילץ.

4) אטאווא, אנטעריא (1,106,900 איינוואוינער), קאנאדע'ס קאפיטאל און א ריזן צענטער פון הויך טעכנאלאגיע פארשונג.

5) עדמאנטאן, אלבערטא (956,800 איינוואוינער), א נאפט און פארמינג ארט. עדמאנטאן, אלבערטא'ס הויפט שטאט, אנטהאלט די באוואוסטע עדמאנטאן וועסט מאל, נארט אמעריקע'ס גרעסטע (אינדאר) שאפינג צענטער.

6) קאלגערי, אלבערטא (971,500 איינוואוינער), קאנאדע'ס הויפטקווארטיר פון נאפט און א וויכטיגע פארם האנדל'ס ארט.

7) קוויבעק סיטי, קוויבעק (693,100 איינוואוינער), איז געגרינדעט געווארן נאך אין 608' אלס קוויבעק'ס הויפט שטאט. די שטאט פארמאגט א גוטע רעזערוואט צענטער און איז באקאנט אין דער וועלט אלס א ריכטיגע ירושה פלאץ.

8) וויניפעג, מאניטאבע (684,800 איינוואוינער), א גרויסע ווייץ האנדל'ס ארט און א גרויסע פראדוצירער פון רעילראוד רעלסן.

9) העמילטאן, אנטעריא (680,600 איינוואוינער), די פרינציפאלע צענטער פון קאנאדע'ס אייזן פראדוקציע.

10) לאנדאן, אנטעריא (426,300 איינוואוינער), אן אינדוסטריאלע און קאמערציאלע שטאט.

11) קיטשענער, אנטעריא (431,700 איינוואוינער), א שטארקע פאבריקאציע שטאט וואו עס ווערן געמאכט אסאך פון קאנאדע'ס העכסט פארגעשריטענע טעכנאלאגישע פראדוקטן.

12) סט. קעטערינס, אנטעריא (393,100 איינוואוינער), א צענטער פון ארגיקולטור און אביסל אינדוסטריעל פראדוקציע.

13) העליפאקס, נאווע סקאשע (359,200 איינוואוינער), א ים פארט און עקענאמישע צענטער פונעם אטלאנטיק ראיאן.

שפראכן

קאנאדע איז אפיציעל צוויי-שפראכיג, און אלע סערוויס פון די פעדעראלע און לאקאלע רעגירונגען ווערן געגעבן אין ענגליש און אין פראנצויזיש. דער אויסוואל פון די שטאט אטאווע אלס דאס לאנד'ס קאפיטאל איז אויסגעקליבן געווארן ווייל זי שטייט ביי די גרעניץ צווישן אנטעריא און קוויבעק, אפשפיגלנדיג די לאנג שטייענדיגע פאליטישע און קולטורישע וויכטיקייט פון די צוויי געגרינדעטע נאציאנס. די לעצטע צענזוס האט געוויזן אז נאר 1.7 פראצענט פון פאלק קען נישט איינע פון די צוויי אפיציעלע שפראכן. 17 פראצענט זענען אינגאנצן ביילינגיול, פון דעם זענען רוב אין ניו בראנסוויק און אין קוויבעק. 59 פראצענט רעדן נאר ענגליש און איז זייער מאמע-לשון. 23 פראצענט רעדן נאר פראנצויזיש און איז זייער מאמע-לשון. און די איבעריגע 16 פראצענט רעדן אפיציעל אנדערע שפראכן אבער קענען איינע פון די צוויי אפיציעלע שפראכן. די מערסט גערעדטע אנדערע שפראכן אין קאנאדע זענען: כינעזיש, איטאליעניש, פאנדזשאביש, היספאניש, פארטוגעזיש, און פויליש. די אינדיגינוס מענטשן רעדן אסאך ערליי שפראכן, אלע מיט אן ענליכע סטיל. נישט אלע פון די שפראכן קען מען נאך הערן צווישן זיי אבער עס איז אינטערעסאנט ווי אזא קליין פעלקל פון א האלב מיליאן מענטשן און פון זעלבן אפשטאם רעדן כאטש 15 ערליי שפראכן, אלע ענדלנדיג איינע צו די אנדערע אז א פרעמדער ווייסט נישט קיין חילוק. זייער מערסט גערעדטע שפראך איז קרי וועלכע ווערט גערעדט דורך 100,000 מענטשן.


עטנישע גרופעס און קאמפאזיציע

די עטנישע קאמפאזיציע פון די קאנאדער מענטשן איז כלערליי. די צוויי גרעסטע גרופעס, די בריטישע און פראנצויזישע אפשטאמיגע, מאכן אויס 35 און 25 פראצענט פון די באפעלקערונג. רוב פראנצויזן וואוינען אין קוויבעק, וואו זיי מאכן אויס ארום 80 פראצענט פון די באפעלקערונג. נאך גרויסע גרופעס פון פראנצויזן וואוינען אין ניו בראנסוויק און אין אנטעריא און דאס איבעריגע וואוינען צושפרייט אין גאנץ קאנאדע. די גרעסטע גרופע פון פראנצויזן אין מערב קאנאדע וואוינען אין א קליין שטעטל אין וויניפעג, זיי ציילן ארום 45,000. דער חילוק צווישן די פראנצויזן און די ענגלישע זענען, אז די פראנצויזן זענען א קולטורע גרופע וועלכע האלטן זיך מיט זייער שפראך, היסטאריע, און רעליגיע. די ענגלישע זענען אבער נישט אזוי, קיינער האט נישט קיין שום געפיל אדער שייכות מיט בריטען. אנדערע עטניקס אין קאנאדע זענען די אייראפעאישע וועלכע מאכן אויס 20 פראצענט פון די באפעלקערונג. רוב אייראפעאישע קומען פון דייטשלאנד, איטאליע, און אוקריינע. 8 ביז 10 פראצענט פון דער באפעלקערונג זענען אזיאנער אפשטאמיגע. זיי קומען פון האנג קאנג, אינדיע, כינע און טייוואן. די איבעריגע זענען פון איבער דער גאנצער וועלט. די גרעסטע טיילן זענען פון אמעריקע, לאטיין אמעריקע, און אפריקע.

פיר פינפטלעך פון קאנאדישע פראנצויזן וואוינען אין קוויבעק, אלע פראנצויזן וואס וואוינען אין די אנדערע פראווינצן קוקן אויך ארויס אויף קוויבעק אלס זייער צענטער פון קולטור און סאסייאיטי. די קוויבעקער פראנצויזן, וועלכע זענען ארומגענומען מיט ענגליש רעדנדיגע שכינים און געניסן פון אן עקענאמיע וועלכע איז דאמינירט דורך ענגליש רעדנדיגע עליטע, האבן אנגעהויבן זיך צו שטארקן אין 960', וועלנדיג באקומען א שטערקערע קאנטראל אויף די קוויבעקער געשעענישן. ערשט האבן זיי אנגעהויבן מיט עפענען סקולס און געבן הילף פאר פראנצויזיש רעדנדיגע קליינע ביזנעסער און מיט דער צייט האט זיך אנגעהויבן פארעמען א גרופע פון סעפערעטיסטן וועלכע האבן געהאט אין ציל צו מאכן קוויבעק א פראנצויזיש זעלבסשטענדיגע לאנד. אנדערע מער מעסיגע פראנצויזן האבן אנגעהויבן בונטעוון מיט אן אנדערן פלאן וועלכע זאל נישט אפטיילן קוויבעק פון קאנאדע, אבער זי זאל באקומען מער לאקאלע רעגירונג מאכט ווי סיי וועלכע אנדערע פראווינץ. די מינאריטעט פון ענגלישע קוויבעקער זענען פארשטייט זיך געווען קעגן די אלע פלענער און האבן געקעמפט מיט ציין און נעגל צו שטערן די וויסטע פלענער וועלכע האבן אנגעהויבן צו באקומען מער און מער שטיצע. אויך די ענגלישע פון גאנץ קאנאדע זענען געווען שטארק דערקעגן און האבן אפילו נישט מסכים געווען צו לאזן קוויבעק באקומען מער לאקאלע מאכט ווי זייערע פראווינצן.

מיט די יארן זענען די פראנצויזן שטערקער געווארן און האבן געגרינדעט די קוויבעקיא פארטיי און שפעטער די בלאק קוויבעיאס וועלכע רעפרעזענטירט איר אין די פעדעראלע פארלימענט. די אנגייענדיע אקטן פון די קוויבעקער און שפעטער די דורכגעפאלענע רעפערענדומס האבן געברענגט א היסטארישע אומצוטרוי צווישן די ענגלישע און פראנצויזישע קאנאדער. קוויבעק האט אויך פארלוירן איר פריינטשאפט מיט אנדערע מינאריטעט גרופעס אין קוויבעק. אזוי ווייט, אז איינע פון די קרי פירערס האט געמאלדן אז אויב קוויבעק טיילט זיך אפ פון קאנאדע וועט זי זיך אפטיילן פון קוויבעק. די קוויבעקער האבן געטאן אלס וואס מעגליך צוזאמען צוהאלטן קוויבעק אין פאל זייער חלום וועט צושטאנד קומען איין טאג זאלן זיי נישט בלייבן אויסגעשפילט ווען טיילן פון איר זעלבסט וועלן איר איבערלאזן. א ביישפיל פון אזא פאל איז געווען מיט איין יאר צוריק ווען די קוויבעקער רעגירונג האט צוזאמענגעשמאלצן אלע שטעטלעך פון מאנטרעאל און אירע ארומיגע סובורבס צו עטליכע גרויסע שטעט, אויס מורא אויב קוויבעק וועט אמאל ווערן זעלבסטשטענדיג זאלן די ענגליש רעדנדיגע באראס זיך נישט קענען אפטיילן און צוריקגיין אונטער די קאנאדישע פעדעראלע רעגירונג. (מער וועגן די פראנצויזן און זייער לאנג יעריגן היסטאריע און פאליטיק וועט נאכפאלגן טיפער אינעם ארטיקל).

די שווארצע זענען קיינמאל נישט געווען קיין ערנסטע פראצענט אין קאנאדע'ס באפעלקערונג אבער זייער היסטאריע איז זייער אינטערעסאנט. די ערשטע שווארצע זענען אנגעקומען אין קאנאדע אין 689' ווען א גרופע פליטים פון די היסטארישע אמעריקאנער רעוואלוציע האבן מיטגעברענגט מיט זיך זייערע קנעכט און זיך באזעצט אין קאנאדע. יענע צייטן זענען געווען זייער אנגעצויגענע ווייל בריטען האט געקעמפט צו האלטן קאנטראל אין קאנאדע אז די פראנצויזן זאלן נישט פארשפרייטן זייערע פליגלן ארויס פון די קוויבעקער גרעניצן. אויך אין אמעריקע האט בריטאניע אנגעפירט קאמפיינען אנצוהאלטן איר אימפעריע אין אלע שטעט. אלע שווארצע וואס האבן צוגעהאלפן בריטאניע אין איר קאמפן האבן געוואונען פרייהייט אלס דאנקבארקייט. אין דער ענדע פונעם 17טן יאָרהונדערט האבן נאווע סקאשע און באלד דערנאך אנטעריא באפרייט אלע שווארצע פון קנעכטשאפט. אין 812' ווען די בריטישע האבן באמבארדירט וואשינגטאן האבן טויזנטער שווארצע אויסגענוצט די געלעגנהייט און זיך אריבעגעשווערצט קיין העליפאקס וואס האט אין יענע יארן געמיינט פולע פרייהייט כאטש אפילו די נאווע סקאשע רעגירונג האט נאך דעמאלט געהאט אסאך דיסקרימינירטע געזעצן פאר די שווארצע. עטליכע יאר שפעטער האבן עטליכע אמעריקאנער אנטי סלעיוו גרופעס אמטליך געהאלפן נאך טויזנטער שווארצע זיך אריבערשווערצן קיין אנטעריא דורך ספעציעל וועגן וועלכע מען איז פארצייכנט געווארן אין די היסטאריע אלס די אונטערגרונט רעילראודס. די קאנאדישע שווארצע האבן עווענטועל באקומען פולע פרייהייט און רעכט פיל שנעלער ווי די אמעריקאנער שווארצע. עס איז אינטערעסאנט אז מיט די פרייהייט וואס זיי האבן געקענט באקומען אין קאנאדע זענען דאך קיין סאך שווארצע מער נישט געקומען פון אפריקע נאר זענען געוואקסן נאטורליך.

אימיגראציע

אימיגראנטן מאכן אויס ארום 16 פראצענט פון קאנאדע'ס באפעלקערונג און ווי דערמאנט איז קאנאדע אנגעוויזן אויף אימיגראנטן. אין די געוועזענע דורות האט די אימיגראציע דעפארטמענט זיך פארלייגט צו באקומען אייראפעאישע אימיגראנטן. אין 1960 האט מען געטוישט די סיסטעם און עס איינגעטיילט אין דריי הויפט קאטעגאריעס: אימיגראנטן וואס אנטלויפן צוליב פאליטישע קריגערייען, פאמיליע מיטגלידער פון קאנאדישע בירגער, און זעלבסשטענדיגע אימיגראנטן. די זעלבסשטענדיגע אימיגראנטן ווערן די ערטשע אקצעפטירט דורך א פונקטן סיסטעם וואס די אימיגראציע דעפארטמענט האט איינגעשטעלט לויט די שטאפלן פון ערציאונג וואס די אימיגראנטן האבן. מענטשן מיט אסאך פונקטן ווערן שטענדיג אריינגענומען און זיי ציילן טאקע 50 פראצענט פון קאנאדע'ס אימיגראנטן. אנדערע 42 פראצענט אימיגראנטן זענען פאמיליע מיטגלידער פון קאנאדער בירגער וועלכע ווערן אויך געווענליך אריינגענומען אן קיין שטער. אימיגראנטן וואס פארלאזן זייערע לענדער וועגן פאליטישע קאנפליקטן באקומען שווער א גרינע קארטעל און מאכן נישט אויס מער ווי 9 פראצענט פון אלע אימיגראנטן. טראץ וואס קאנאדע נעמט אפיציעל אריין אימיגראנטן פון די גאנצע וועלט האט זי די שטערענגסטע געזונטהייט געזעצן און נעמט נישט אריין נאר 100 פראצענט געזונטע מענטשן.

די אימיגראציע דעפארטמענט שטודירט יעדע פינף יאר וויאזוי איינצוטיילן די אימיגראנטן לויט די פראווינצן. אין סך הכל האט זי א ציל צו נעמען ארום 250,000 אימיגראנטן יערליך וועלכע מאכט אויס 1 פראצענט פון די באפעלקערונג צאל. זינט דער רעסעסיע אין 990' איז די צאל אימיגראנטן פארמינערט געווארן צו 210,000 פער יאר וועלכע איז 0.7 פראצענט פון דער באפעלקערונג צאל. אמעריקע קומט אריין די צווייטע מיט בלויזע 0.3 פראצענט אימיגראנטן פון די באפעלקערונג צאל.

די אימיגראנטן באקומען סעטעלמענט סערוויסעס פון די רעגירונג ווי צייטווייליגע אקאמאדאציע, שפראך קלאסן, און הילף צו טרעפן דזשאבס. אין 996' האט די רעגירונג ארויפגעלייגט א $975 שטייער אפצאל פאר יעדן אימיגראנט צו העלפן באצאלן די קאסטן פאר די סערוויסעס. דער אפצאל האט גרויס קעגנערשאפט און ווערט שטענדיג דעבאטירט. א גרויסע טייל אימיגראנטן זענען געלערנטע מענטשן וועלכע קומען פאר א בעסער לעבן. אפילו די גאר געלערנטע מיט א ספעציעלע פאך זענען געצוואונגען צו ארבעטן פאר א מינימום געהאלט ביז זיי קענען איינע פון די צוויי שפראכן און די קאנאדער געזעצן.

לעבנ'ס סטיל

דאס געמיש פון ראיאן און קולטור פון די צוויי אנדערע פעלקער אין קאנאדע קען נישט אנצייכענען אן איינצעלעם קאנאדער לעבנ'ס סטיל. אבער עפעס גענעראלעזאציעס קען מען יא מאכן און די ערשטע דערפון איז די וואוינונג סטאנדארט פון קאנאדע וועלכע איז זייער הויך ווי אין די פאראייניגטע שטאטן, רוב אייראפאישע לענדער, און יאפאן. רוב קאנאדער וואוינען אין גוטע הייזער, גייען שיין אנגעטאן, דרייוון גוטע אויטאס, קויפן איין מיט שכל, און געניסן פון א גוטע העלט קעיר סיסטעם וועלכע גוט הילף פאר יעדן אייניג, ארים צו רייך. קאנאדער גיבן אויס זייער גרעסטן טייל געלט פאר האוזינג. רוב הייזער זענען שיין און גוט און זענען איינצעלע פאמיליע הייזער. נאר 1 פראצענט פון קאנאדע'ס באפעלקערונג וואוינען אין אפארטמענטס וועלכע די רעגירונג רופט אן צוזאמענגעשטופט. אין די לעצטע צוויי-צענדליג יארן האבן זיך די פאמיליעס שטארק געענדערט און עס זענען פאראן פיל מער איינצעלע עלטערן פאמיליעס. די סיבה דערצו איז צוליב די שווערע געזעצן וואס די רעגירונג האט איינגעפירט בנוגע פאמיליע אייגנטום. די קאנאדער זענען נישט קיין גרויסע פרעסער, אבער גלייכן אלע ערליי עסן וועלכע מען קען טרעפן אין די מולטי ערליי רעסטוראנטן מיט עסנס פון די גאנצע וועלט. אין אלגעמיין זענען די קאנאדער זייער אן איידל פאלק מיט גוטע מדות מיט וועלכע זיי געפינען חן אין די גאנצע וועלט. די פראנצויזן זענען אבער מער אויסגעלאסן און פראסט. די קאנאדער זענען אויך א געלאסענע פאלק און נישט אזוי יאגעדיג ווי די אמעריקאנער וועלכע לעכצן נאכ'ן דאלאר. ביז נישט לאנג צוריק פלעגן אלע געשעפטן זיין פארשלאסן זונטאג אבער מיט דער צייט האט זיך עס געטוישט. זעקס אזייגער נאכמיטאג איז כמעט אלעס פארשלאסן אחוץ די לעבנסוויכטיגע געשעפטן ווי פארמאסיס א.ד.ג. אין אלע אנדערע זאכן ווי האביס, ספארטן, און ענטערטעינמענט זענען די קאנאדער צוטיילט אין צוויי פעלקער. די פראנצויזן האבן זייער קולטור וועלכע איז גענוי די זעלבע ווי די עכטע פראנצויזן. און די ענגלישע זענען ווי די בריטישע אדער ווי די אמעריקאנער.

כאטש קאנאדער וואוינען אין די בעסטע סטאנדארטן זענען אבער איינס פון זיבן ארים און האבן נישט גענוג געלט אויסצוהאלטן די סטאנדארטן. א הויפט סיבה פארוואס עס זענען פאראן אזויפיל ארימע איז ווייל, ווי געזאגט, זענען זייער אסאך פאמיליעס איינצעלע עלטערן פאמיליעס וועלכע קענען זיך שווער באגיין מיט געהאלט פון איין מענטש. ארום האלב פון די וואס ווערן פאררעכנט ארים ארבעטן נישט און געניסן פון וועלפעיר פראגראמען. פארברעכן איז א שטארקע פראגע אין קאנאדע פון וועלכע די מידיא רעדט אסאך. קאנאדע האט א נידעריגע פארברעכן ראטע מיט 1.6 מארדן פער 100,000 מענטשן. (פארברעכן ראטעס אין אנדערע לענדער: 0.6 אין יאפאן, 0.9 אין בריטאניע, 9.9 אין די פאראייניגטע שטאטן, און 17.2 אין מעקסיקא). די צאל מארדן און אנדערע פארברעכנס פאלן יעדעס יאר. עס איז כמעט נישט געווען קיין שרעקליכע מארד סצענעס אין קאנאדע'ס היסטאריע וועלכע זאלן מאכן נייעס אין דער וועלט. אבער אפילו אזוי האט די רעגירונג שטענדיג געארבעט אויף גאן קאנטראל און ממש לעצטענס אויף גאן רעגיסטראציע. די אקטן האט גרויס קריטיק אין לאנד וועלכע שטערט די רעגירונג איינצושטעלן די נייע געזעצן.

קאנאדע איז זייער א ריין לאנד קעגן איר שכן אמעריקע. אפגערעדט פון ענווייראמענטאלע פאליסיס פארמאגט זי פשוט ריינע גאסן וועלכע טוריסטן גלייכן שטארק. אפילו אין די געדיכטע שטעט זענען די גאסן שטענדיג זויבער. די ארטיגע לאקאלע רעגירונגען און מוניציפאליטעטן האבן זייער הארבע געזעצן בנוגע זויבערקייט און אויך א רייע געזעצן וויאזוי פריוואטע הייזער זאלן אויסקוקן פון אינדרויסן. טוריסטן וואס קומען אן קיין טאראנטא אדער מאנטרעאל ווערן באגייסטערט וויאזוי אזעלכע פארנומענע שטעט קענען זיין אזוי ריין.


עקאנאמיע

  עקאנאמיע פון קאנאדע

קאנאדע איז איינס פֿון די רייכסטע לענדער אויף דער וועלט, א מיטגליד פֿון דער ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג (OECD) און גרופע פון אכט (G8). קאנאדע איז א געמישטע עקאנאמיע,[2] העכטסראנגיק נידעריגער ווי די פֿאראייניגטע שטאטן אבער העכער פֿון רוב מערב-אייראפעאישע לענדער אויפן אינדעקס פֿון עקאנאמישער פֿרייהייט.[3] זײַ די אנהייב 1990טע יארן, האט די קאנאדישע עקאנאמיע געוואקסן גיך מיט ווייניג ארבעטלאזיקייט און מיט הויכע עודפים צו דער פֿעדעראלער רעגירונג. הײַנט האט קאנאדע אן עקאנאמישע סיסטעם, פֿורעם פֿון פראדוקציע און הויכע לעבנ-סטאנדארטן גאנץ ענלעך צו די פֿאראייניגטע שטאטן.[1] אין אקטאבער 2007, האט געהאלטן די נאציאנאלע ארבעטלאזיקייט בײַ 5.9%, די נידעריגסטע אין 33 יאר. ארבעטלאזיקייט אין די פראווינצן טוישט זיך פוֿן (נידעריג) 3.6% אין אלבערטא צו א הויכפונקט פֿון 14.6% אין ניופֿאנדלאנד און לאבראדאר.[4]

אינעם פֿארגאנגענעם יארהונדערט, האט דער וואוקס אין פֿאבריקאציע, מינירן און באדינונג סעקטארן פֿארוואנדלט דאס פֿאלק פֿון א מער דארפֿישער עקאנאמיע אין וואס אן אינדוסטריעלער שטאטעקאנאמיע. דער גרעסטער טייל פֿון דער עקאנאמיע איז די באדינונג אינדוסטריע וואו דרײַ פֿערטל פֿון אלע קאנאדישע ארבעטערס ארבעטן.[5] קאנאדע איז דאך אן אויסנאם צווישן די אנטוויקלטע לענדער מיט א וויכטיקן גרונטיקן סעקטאר—צוויי פֿון קאנאדע'ס הויפט אינדוסטריעס זענען געהילץ און אויל.

קאנאדע איז פֿון די ווייניג אנטוויקלטע לענדער וואס עקספארטירן מער ענערגיע ווי זיי אימפארטירן.[1] אטלאנטישע קאנאדע האט ריזיקע בארטנליקע לאגערונגען פון נאטירלעכע גאז, און גרויסע אוצרות פֿון אויל און גאז אין אלבערטא. מיט די ריזיקע אטאבאסקא דיעגעכץ זאמדן האט קאנאדע די צווייטע גרעסטע וועלטליכע זאפאסן פֿון אויל נאך סאודי אראביע.[6]

קאנאדע איז פֿון דער וועלט'ס וויכטיגסטע באזארגערס פון אגריקולטורעלע פראדוקטן, מיט ווייץ, קאנאלא און אנדער תבואה פֿון די קאנאדישע פרעריעס.[7] קאנאדע איז דער וועלט'ס גרעסטע פראדוצירע פֿון צינק און אוראניום און גרויס אין אסאך אנדערע נאטירלעכע רעסורסן ווי גאלד, ניקל, אלומיניום, און בליי.[8]

מיט די פֿאראייניגטע שטאטן איז דא גרויסע אינטעגראציע זײַט דער צווייטער וועלט מלחמה. דער צפון אמעריקע פרייער מסחר אפמאך (NAFTA) האט געשאפֿן א פרייע האנדלן זאנע צווישן קאנאדע, די פֿאראייניגטע שטאן און מעקסיקא.


זײַט 2001, קאנאדע האט פֿארמיטן א רעסעסיע און האט די בעסטע עקאנאמישע אויספֿירונג אין דער G8 גרופע.[9]

רעגירונג

קאנאדע איז א פעדעראציע וועלכע'ס רעגירונג איז צוטיילט צווישן די צענטראלע און פעדעראלע רעגירונגען און די פראווינציאלע און טעריטאריאלע רעגירונגען. קאנאדע'ס אפיציעלע קאנסטיטוציע איז געמאכט געווארן אין 982' וועלכע איז געבויט אויך עטליכע פריערדיגע קאנסטיטוציעס און דערויף צוגעלייגט א קאפיטאל פון רעכט און פרייהייט. די קאנאדער קאנסטיטוציע גיט אויך וואס קאנאדער רופן "פאטריאציע" – געבנדיג די קאנאדער רעגירונג די פולע אויטאריטעט איבער איר אייגענע קאנסטיטוציע. בעפאר האט בריטען אויך געהאט א טייל אויטאריטיט אויף די קאנסטיטוציע אין אן אקט וועלכע איז אנגערופן געווארן דער בריטישער נארד אמעריקע אקט.

אלע קאנאדישע בירגער (מיטן אויסנאם פון עלעקטאראל אפיצירן און קרימינאלן) העכער 18 יאר אלט קענען וויילן און לויפן אין וואלן אין סיי וועלכע פאזיציע. דאס לאנד איז איינגעטיילט אין ריידינגס (דיסטריקן) און יעדער בירגער איז איינגעשריבן צו זיין לאקאלן ריידינג. דער ארויסגאנג ביי אן עלעקציע איז זייער הויך אין קאנאדע מיט ארום 75 פראצענט פון פאלק און פארגלייך צו אמעריקע ווי נאר 55 פראצענט פון פאלק גייען בכלל ארויס וויילן כאטש די פאליטיק איז דארט פיל אינטערעסאנטער און מער מענטשן האלטן עס מיט טאג טעגליך. קאנאדע'ס הויפט פון דעם לאנד איז דער מאנארך פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך. דער מאנארך ווערט רעפרעזענטירט אין קאנאדע דורך אן גובערנאטאר אלגעמיינער (Governor General) וועלכע האט גארנישט קיין פאליטישע קראפט. דער הויפט עקזעקיוטיוו איז דער פרעמיער מיניסטער וועלכער ווערט ערוועלט דורך די לעגיסלאטור. די פארלאמענט איז 100 פראצענט ערוועלט דורך וואלן אין וועלכע אלע בירגערס קענען וויילן יעדע 5 יאר. די ריכטערס פאר די הויכע געריכט ווערן ערוויילט דורך די פעדעראלע און פראווינציאלע רעגירונגען.

די רעגירונג האט צוויי טראדיציאנאלע פארטייען וועלכע זענען די ליבעראלע פארטיי און די פראגרעסיוו קאנסערוואטיווע פארטיי. די צוויי פארטייען האבן אויך ערוויילטע באאמטער אין אלע פראווינציאלע רעגירונגען. ווען איין פארטיי איז אין מאכט איז די אנדערע די אפיצילע אפאזיציע אין פארלאמענט. אין 993' האט זיך דאס בילד געטוישט ווען די קאנסערווטיוון זענען באזיגט געווארן דורך די ליבעראלן און די בלאק קוויבעקוואס פון קוויבעק זענען אריינגעקומען צווייט און געווארן די אפיצילע אפאזיציע אין פארלאמענט. אין 997' זענען די בלאק קוויבעוואס איבערגענומען געווארן פון די שטארק אריינקומענדיגע רעפארם פארטיי וועלכע איז דאן געווארן די אפאזיציע אין פארלאמענט. די רעפארם פארטיי האט זיך שפעטער געענדערט איר נאמען צו די קאנאדישע אליאנץ. זי איז צוזאמענגעשטעלט פון מערב פראווינצן. זינט דעם צווייטן וועלט קריג האט די פעדעראלע רעגירונג שטארק פארמערט אלע סאציאלע סערוויסעס ווי מעדיקל קער, פענסיע, און קינדער געלט. די פראווינציאלע רעגירונגען האבן קאאפערירט אבער זענען אלע געווען באזארגט אז מיט דעם וועט די פעדעראלע רעגירונג פארמינערן די טראדיציאנאלע קראפט וואס די פראווינציאלע רעגירונגען האבן. ספעציעל איז די זארג געווען אין קוויבעק וואו די פראווינציאלע רעגירונג האט מורא פאר א דאמינירונג פון די ענגליש רעדנדיגע מאיאריטעט פון לאנד.

אין אויסערן פאליסי האט זיך קאנאדע צוגעטשעפעט צו די נישט קאמוניסט קראפטן דורכאויס דעם קאלטן קריג און האט פארארדענט טרופן צו נאט"א, אן אליאנץ געפארעמט צוריק צוהאלטן די געפאר פון די קאמוניסטישע אגרעסיע. וויאזוי אימער, האט קאנאדע קיינמאל נישט געוואלט זיין א גרויסע מיליטערישע מאכט. זייענדיג א שטארקע שטיצער פון די פאראייניגטע פעלקער האט קאנאדע שטענדיג געשיקט מיליטערישע טרופן און געצייג אין אלע יו-ען אונטערגענומענע שלום אפעראציעס.

די צענטראלע רעגירונג האט די פולע מאכט אויף אלע אפטיילונגען וועלכע זענען נישט צוגעטיילט פאר די פראווינציאלע רעגירונגען ווי שטייערן, חובות, מיליטער, באנקירונג, קאמערץ, נעוויגאציע, שיפינג, ענעריגע פאסט, צענזוס, סטאטיסטיק און נאך. אויף אימיגראציע און ארגיקולטור קען די פעדעראלע רעגירונג אסאך מאל איבערגעבן אין טייל פאר די פראווינציאלע רעגירונגען אויב נויטיג. אין 982' האט די סופרים קארט איבערגעמאכט די קאנסטיטוציע און צוגעלייגט די באוואוסטע טשארטער אף פרידאם וועלכע האט פארזיכערט פאר אלע בירגער פונדאמענטאלע פרייהייט צו וויילן אין אלע וואלן, פרעסע, קעמפן דיסקרימינאציע, שפראך, און נאך פרייהייטן מיט וועלכע קאנאדע סימבאלאזירט. די טשארטער האט אויך אסאך געענדערט די פאליטישע סיסטעם פון מאכן און טוישן געזעצן און דאס טוישן א פאליסי אפילו עס קלאפט אן אין אנדערע טשארטער פראוויזיע'ס. די נייע קאנסטיטוציע איז אונטערגעשריבן געווארן דורך אלע פראווינציאלע פרעמיערס אויסער דער פרעמיער פון קוויבעק וועלכער האט אפגעזאגט אונטערצושרייבן ווייל די נייע טשארטער האט נישט געשטימט מיט קוויביקס פאליסיס. יענער אקט האט געפירט צו די פארשטערקערונג פון די סעפעטעריסטישע גרופע און א רעפערענדום אין 995' וועלכע זיי האבן שיעור נישט געוואונען.


פעדעראלע רעגירונג ארגאניזאציע

די פארלאמענט באשטייט פון דריי חלקים: די גאווערנער דזשענעראל, די סענאט, און די הויז אף קאמאנס. די הויז אף קאמאנס האט 3 מאל אזויפיל מיטגלידער ווי די סענאט. דער פרעמיער מיניסטער און די עקזעקיוטיוו קאבינעט זענען אלע מיטגלידער אין די פארלאמענט, געווענליך אין די הויז אף קאמאנס.

דער גאווערנער דזשענעראל איז א רעפרעזענטעטיוו פון די מאנארך וועלכע איז די בריטישע קעניגן. עס זענען אויך פאראן 10 לוטענעט גאווערנערס איינס פאר יעדע פראווינץ. דער גאווערנער דזשענעראל ווערט ערוועלט דורך דעם פרעמיער מיניסטער און דארף באקומען די אומאפיציעלע צושטימונג פון די מאנארך. ענגליש רעדנדיגע זענען שטענדיג געקליבן געווארן פאר גאווערנער דזשענעראל. די טערמין פון א גאווערנער דזשענעראל איז געווענליך 5 יאר. דער גאווערנער דזשענעראל'ס ראלע איז נישט מער ווי א צערעמאניאלע. ער אדער זי (די היינטיגע גאווערנער דזשענעראל איז א פרוי) דארף באשטעטיגן און אונטערשרייבן יעדע ביל אין נאמען פון די מאנארך, אויפזאגן און איינשווערן מיטגלידער, אויטאריזירט אלע טריטיס, און גיט באערדעס פאר די וואס דארפן דאס באקומען. אפיציעל דארף דער גאווערנער דזשענעראל אריינשטעלן דעם פרעמיער מיניסטער און די קאבינעט מיטגלידער, אבער אזויווי עס האט אבער נישט קיין פאליטישע קראפט מוז ער אדער זי סייווי מיטשטימען מיט יעדע אויסוואל וואס די קאמאנס ערוועלט. אין אנדערע ווערטער איז די גאווערנער דזשענעראל נאר א סימבאליזירנדע מאנארך. די הויפט עקזעקיוטיוו איז דער פרעמיער מיניסטער, געווענליך דער פירער פון די פארטיי מיט די מערסטע זיצן אין פארלאמענט. קאנאדע'ס פארלאמענטרי סיסטסעם איז נאכגעמאכט פון בריטען אז אויך דער פרעמיער מיניסטער מוז ווערן ערוועלט אין א לאקאלע ריידינג ווי אלע אנדערע פארלאמענט מיטגלידער. דעם פרעמיער מיניסטער'ס פאזיציע באקומט ער נאר ווייל זיין פארטיי האט די מאיאריטעט אין די הויז אף קאמאנס און ווייל ער איז דער פירער פון די פארטיי. דער סיסטעם ווערט אנגערופן די פארלאמענטרי סיסטעם. (אין אמעריקע ווערט דער פרעזידענט ערוועלט אין א באזונדערע עלעקציע און צומאל קען אן אנדערע פארטיי האבן די מאיאריטעט אין די רעגירונג). אויב דער פרעמיער מיניסטער רעזיגנירט אלס פירער פון די פארטיי בעפאר די קומענדיגע וואלן ווערט דער נייער פירער פון די פארטיי אויטאמאטיש אויפגענומען אלס פרעמיער מיניסטער ביז ווילאנג נייע וואלן קענען אפגעהאלטן ווערן. די פאראנטווארטליכקייט פון דעם פרעמיער מיניסטער איז די פאליסי פון די רעגירונג איבער אלע הויפט אישוס. דער פרעמיער מיניסטער ערוועלט זיך אליינס זיין עקזעקיוטיוו קאבינעט וועלכע זענען אלע ערוועלטע פארלאמענט מיטגלידער. (אין אמעריקע ברענגט דער פרעזידענט מיט זיך א פארטיגע קאבינעט וועלכע זענען קיינער נישט ערוועלט און זענען נישט קיין מיטגלידער אין די רעגירונג). דער גאווערנער דזשענעראל דארף געבן די באשטעטיגונג אויף די אויסוואל פון די קאבינעט. דער פרעמיער מיניסטער איז אויך דער וואס רעקעמאנדירט וועמען מען זאל אריינשטעלן אין די ציווילע סערוויס אפטיילונגען, אין די סענאט, און אין די יוסטיץ דעפארטמענט. די קאבינעט באשטייט פון 40 מיטגלידער וועלכע זענען ווי די עקזעקיוטיוון צו די צענדליגער רעגירונג אפטיילונגען ווי פינאנץ, אימיגראציע, לעיבאר, געזונטהייט א.א.וו.

די טערמין פאר דעם פרעמיער מיניסטער איז 5 יאר אבער רוב פרעמיער מינסטער'ס פאררופן נייע וואלן בעפאר זייער טערמין לויפט אויס. עס איז נישטא קיין רעגולאציעס אויף ווילאנג א פרעמיער מינסטער קען בלייבן אין אמט. עס זענען שוין געווען קאנאדער פרעמיער מיניטערס וואס האבן געדינט עטליכע טערמינען פון וועלכע עס זענען טיילמאל געווען אפגעטיילט איינע פון די אנדערע מיט עטליכע יאר. דער היינטיגער פרעמיער מיניסטער דזשאן קרעטעין האלט שוין ביי זיין דריטן טערמין, זייענדיג אין אמט זינט 93'. דער פרעמיער מיניסטער קען אפגעזאגט ווערן פון אמט אויב א מערהייט פון פארלאמענט פירט דורך א "נאן קאנפידענס" שטימע – וועלכע איז א דעקלעראציע פון די פארלאמענט אז זיי שטיצן מער נישט דעם פרעמיער מיניסטער. אזא שטימע צווינגט דעם פרעמיער מיניסטער אדער צו רעזיגנירן אדער צו פאררופן נייע וואלן אויב ער האט נאך א שאנס נאכאמאל צו געוואונען. די מיטגלידער פונעם סענאט ווערן איינגעשוואוירן דורך די גאווערנער דזשענעראל אבער ווערן ערוועלט דורך דעם פרעמיער מיניסטער. איינמאל א סענאטאר איז אין אמט קען ער דארט בלייבן ביז ער ווערט 75 יאר אלט. צו ווערן געקליבן פאר די סענאט איז א כבוד פאר א פאליטישן. צו זיין א סענאטאר מוז מען האבן א גרויסע אייגנטום פון לאנד, מען מוז זיין 30 יאר אלט, און וואוינען אין דעם פראווינץ צו וועלכע מען ווערט געשעטעלט. די סענאטארס זענען די רעפרעזענטירן פון די פרינציפאלע ראיאנען. אין סך הכל איז פאראן 104 סענאטארס אבער עס קען צוגעלייגט ווערן ביז נאך 8 אין ספעציעלע פעלער. דער באדייט פון די קאנאדער סענאט איז ליבערשט אויסגעשטעלט ווי די בריטישע הויז אף לארד'ס ווי די אמעריקאנער סענאט. כאטש די סענאט האט אסאך מאכט און קען צושטערן סיי וואס עס געפעלט איר נישט, איז עס בעיקר געשטעלט געווארן פאר א צווייטע איבערטראכטונג נאך די הויז אף קאמאנס בעפאר א געזעץ ווערט דורכגעפירט. א באזונדערע אישו וואס די סענאט איז פאראנטווארטליכט איז די עקאנאמיע. זי דארף איבערקוקן אלע סאציאלע עקאנאמישע אישוס וואס איז וויכטיג פאר דאס לאנד און זיי גוט אויספארשן, וועלכע פירט אסאך מאל צו ענדערונגען אין די רעגירונג'ס פאליסיס.

די מיטגלידער פונעם הויז אף קאמאנס ווערן דירעקט ערוועלט דורך די ציווילע וויילער יעדע 5 יאר. יעדע פראווינץ אדער טעריטאריע איז צוטיילט צו עטליכע ריידינגס, געוואנדן לויט די צאל באפעלקערונגען, און יעדע ריידינג ערוועלט איין מיטגלידער. די סך הכל צאל פון מיטגלידער אינעם הויז אף קאמאנס שטייט היינט ביי 301 אבער עס ווערט שטענדיג פארמערט נאך יעדע צענזוס. יעדע ריידינג האט בערך 100,000 וויילער און אויב עס ווערט מער גרינדעט די פראווינציאלע רעגירונג נאך א ריידינג. ווען אימער א זיץ ווערט ליידיג צוליב סיי וועלכע סיבה מוז מען דאס באלד ערזעצן מיט וואלן וואס ווערט אנגערופן א ביי-עלעקציע. צו קוואליפיצירן פאר אן עלעקציע צו די הויז אף קאמאנס מוז דער קאנדידאט זיין אינגאנצן 18 יאר אלט און מוז נאמינירט ווערן דורך זיין אייגענע פארטיי נאכדעם וואס ער דעגרייכט א געוויסע פארטיי שטאפל. אויסער אויב איינער לויפט אלס אן אינדעפענדענט דעמאלט ברויך ער נישט קיין שום נאמינאציע. דער קאנדידאט מוז נישט ארגינעל וואוינען אין די ריידינג אין וועלכע ער לויפט אבער איינמאל ער געוואונט מוז ער דאס טאן. אין פראקטיק איז די הויז אף קאמאנס די הויפט לעגיסלאטיווע אפטיילונג וואו רוב וויכטיגע בילס ווערן פארגעלייגט און שטודירט. דער פרעמיער מיניסטער און רוב עקזעקיוטיוו קאבינעט מיטגלידער זענען אויך מיטגלידער אים די הויז אף קאמאנס. אויב די רעגירונג פארלירט די שטיצע פון א מאיאריטעט אין קאמאנס מוז מען פאררופן נייע וואלן, דערפאר שטימען נישט די מיטגלידער פון די פארטיי קעגן די רעגירונג. אלע דיסקוסיעס און מיינונגען אינערהאלב די פארטיי ווערן דעבאטירט אין פריוואטע מיטינגען אדער פארטיי קאקוס. איינמאל די דעבאטע איז פאראיבער וועלן אלע מיטגלידער פון די פארטיי שטעלן איין פראנט אין פארלימענט און אזוי ארום קענען אנהאלטן די קראפט. אלע אנדערע פארטייען אין די הויז אף קאמאנס וועלכע שטיצן נישט די רעגירונג זענען באקאנט אלס די אפאזיציע. די מאיאריטעט פארטיי מיט די מערסטע זיצן נאך די רעגירונג'ס פארטיי איז די אפיציעלע אפאזיציע און האט ספעציעלע פריווילעגיעס. דער פירער פון יענע פארטיי איז איינע פון די מערסט וויכטיגסטע פיגורן אין די פארלאמענט. די פארלאמענט סיסטעם פארלאנגט אז די אפאזיציע פארטיי מוז האלטן אנדערש ווי די רעגירונג'ס פארטיי אין יעדע אישו כדאי יעדע אישו און ביל זאל קענען גוט דעבאטירט ווערן בעפאר עס ווערט געטאן. דער פרעמיער מיניסטער און זיינע פארטיי מיטגלידער דארפן זיין גרייט צו יעדע צייט אפצוענטפערן און צו פארשטיין געבן די רעגירונג'ס פראגראמען אדער אקציעס צו די אפאזיציע.

זעט: קאנאדע'ס פרעמיער מיניסטארן

יוסטיץ

די לעגאלע סיסטעם אין קאנאדע איז אויפגעצויגן געווארן לויט די ענגלישע געזעצן, אויסער אין קוויבעק, וואו די קוויבעקער פראווינציאלע רעגירונג האט איר אייגענע ציווילע געזעצן וועלכע איז נאכגעמאכט די ארגינעלע פראנצויזישע געזעצן וועלכע האלט נאך אן זינט 804'. די פעדעראלע גערעכטיקייט איז אנגעפירט דורך די סופרים געריכט פון קאנאדע, וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט דורך א טשיף ריכטער און 8 הילפס ריכטער אונטער אים, פון וועלכע דריי זענען פון קוויבעק. די סופרים קארט געפינט זיך אין דער הויפט שטאט אטאווע און פירט אן מיט אלע ציווילע, קרימינאלע, און קאנסטיטוציאנאלע געזעצן. די צווייטע גרעסטע געריכט נאך די סופרים קארט איז די פעדעראלע געריכט פון קאנאדע וועלכע איז צוטיילט צו צוויי אפטיילונגען: די אורטייל געריכט און די אפיעל געריכט. אינעם פעדעראלן געריכט ווערן געברענגט פארשידענע קעיסעס, אריינגערעכנט די וואס קלאגן די פעדעראלע רעגירונג. די פראווינצן האבן אלע סופרים קארטן און אסאך קליינע ציווילע געריכטן צוטיילט אין די ראיאנען.


פראווינציאלע רעגירונגען

קאנאדע איז צוזאמענגעשטעלט דורך 10 פראווינצן, יעדע איינע מיט אן אייגענע לעגיסלאטור און אדמיניסטראציע. אלע פראווינציאלע רעגירונגען זענען אויסגעשטעלט אין סטרוקטור ווי די פעדעראלע נאציאנאלע רעגירונג. די מאנארך איז רעפרעזענטירט אין יעדע פראווינץ דורך א לוטענעט געווארנער וועלכע ווערט איינגעשטעלט דורך די גאווערנער דזשענעראל מיט די צושטימונג פון דעם פרעמיער מיניסטער. די פראווינציאלע רעגירונגען ווערן ערוועלט יעדע 5 יאר. דער אנפירער פון א פראווינציאלע רעגירונג איז דער פרעמיער וועלכער ווערט אייגעשוואוירן דורך דעם לוטענעט גאווערנער נאכדעם וואס זיין פארטיי געווינט א מערהייט אין די פראווינציאלע עלעקציעס. דער אויסשטעל פון די פראווינציאלע לעגיסלאטור איז גענוי ווי אין די הויז אף קאמאנס. דער פרמיער מוז אנהאלטן א מאיאריטעט און טוט זיך אליין ערוועלן אן עקזעקיוטיוו קאבינעט מיט מיניסטארן פאר יעדע אפטיילונג. פארשטייט זיך אז אלע עקזעקיוטיוון זענען מיטגלידער פונעם אזויגערופענעם טשעמבער. די יאקען און נארטוועסט טעריטאריעס ווערן יא געפירט דורך אטאווע וועלכע האט אריינגעשטעלט א קאמישענער אין די הויפט געגענטער (יעלאונייף אין די נארטוועסט טעריטאריעס און ווייטהארס אין די יאקען טעריטאריעס). אונטער דעם קאמישענער איז פאראן אן ערוועלטע קאונסיל אזויווי אין רוב שטעט אין דער וועלט. די קאונסיל האט אבער נישט די פולע קאנטראל אויף די טעריטאריע אזיווי די פראווינציאלע רעגירונגען און טייל דעפארטמענטס ווערן דירעקט געפירט דורך די פעדעראלע רעגירונג. א דריטע טעריטאריע איז געגרינדעט געווארן אין 999' ארויס פון די נארטוועסט טעריטאריעס און איז א נאמען געגעבן געווארן נועווענאט. די טעריטאריע נעמט אריין 2 מיליאן קוואדראט קילאמעטער פון ארקטיק געגענטער. די קליינע טעריטאריע האט זיך אויך אן אייגענע קאונסיל מיט א קאמישענער און איז באזעצט מיט אינדיגינוס מענטשן.


פאליטישע פארטייען

די שטארקסטע נאציאנאלע פאליטישע פארטייען אינעם לעצטן דור זענען די פראגרעסיוו קאסערוואטיוון און די ליבעראלן. די דריטע גרעסטע פארטיי מיט די טראדיציאנאלע נאציאנאלע שטיצע איז די ניו דעמאקראטיק פארטיי (ען-די-פי). די פראגרעסיוו קאנסערוואטיווע פארטיי האט געווענליך געשטיצט די לימיטאציע צו סטעיט קראפט און א פיסקאלע אחריות, ווען די ליבעראלן האבן שטענדיג געצילט צו אריינמישן די רעגירונג אין אלע אפטיילונגען, ספעציעל אין די עקענאמיע. די ליבעראלן זענען אויך שטענדיג באטראכט געווארן אלס די פארטיי וועלכע איז טראדיציאנעל די מערסטע אפען פאר אימיגראציע. די קלענערע ען-די-פי וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט געווארן מיט די געוועזענע קענעדיען לעיבאר און פראטעסט מואוומענטס פארטייען שטיצט פראגראמען וועלכע פארמערן סאציאלע און עקענאמישע אייניקייט. די ען-די-פי פאררופט זיך אלס די פארטיי וועלכע שטעלט פאר די געווענליכע פשוט'ע איינוואוינער אבער עס איז איר נאך קיינמאל נישט געלונגען צו באקומען די אויבערהאנט און פירן די רעגירונג. מיט דעם אלעם האט די פארטיי א שטארקן כוח מיט וועלכע זי שטיצט געווענליך די ליבעראלן. פראווינציאלע רעגירונגען האט די ען-די-פי פארטיי יא באוויזן צו געווינען אין 4 פראווינצן. אין די 93' עלעקציע האבן נאר די ליבעראלן אנגעהאלטן זייער פאליטישע באזע, ווען די צוויי אנדערע פארטייען האבן אסאך פארלוירן ווען די פערטע גרויסע פארטיי, די בלאק קוויבעקיאס איז געגרינדעט געווארן דורך די קוויבעקער צו שיצן קוויבעק'ס אינטערעסן און צו פרעדיגן סאוורענטי (זעלבשטענדיקייט). די צוויי אנדערע פארטייען זענען ממש צוזאמענגעפאלן און די בלאק קוויבעקיאס איז געווארן די אפיציעלע אפאזיציע אין די רעגירונג. דער דעמאלטדיגער פירער פון די בלאק קוויבעקיאס, לוסיען בושארד, האט באלד דערנאך פארלאזט זיין שטעלע צו ווערן דער פרעמיער פון קוויבעק. דערווייל איז נאך די בלאק קוויבעקיאס זייער שטארק אבער איז שוין היבש רעדוצירט געווארן זינט די אינטערעסן פאר זעלבשטענדיקייט האט אסאך נאכגעלאזט און די פארטיי האט פארלוירן איר אפיציעלע אפאזיציע צו די קענעדיען עלייענץ פארטיי. אויב קוויבעק וועט אמאל געוואונען פולע זעלבשטענדיקייט וועט זי גענצליך אויפלעזן איר פארטיי אין די פעדעראלע רעגירונג. די קענעדיען עלייענץ, וועלכע האט סוקסעסירט די רעפארם פארטיי, איז שטארק געווארן נאכדעם וואס זי האט אנגעהויבן שטיצן קאנסערוואטיווע אישוס ווי שניידן שטייערן און רעגירונג'ס פונקציעס און האט געשטערט די קוויבעקער פון אירע פלענער. דער פירער פון די פארטיי, סטאקוועל דעי, האט גאר שטארק געפירט די פארטיי וועלכע האט ווידער געוואונען אין 00' מיט אן אויסערגעווענליכן שטארקייט, צונעמנדיג נאך אפאר זיצן אין פארלאמענט. דעי האט שפעטער געמוזט רעזיגנירן נאכדעם וואס עס זענען ארויפגעצויגן געווארן אויף אים עטליכע סקאנדלן.


סאציאלע סערוויסעס

קאנאדע איז א ריכטיגע סאציאלע רעגירונג מיט די מאקסימולע וועילפעיר פראגראמען וואס מעגליך. די רעיגירונג גיט אומזיסטיגע העלט קעיר פאר ארים און רייך אייניג, פענסיע פאר רעטייערמענט און דיסעביליטי, ענפלאוימענט אינשורענס ביז א יאר, און קינדער געלט פאר ארימע און מיטל פארדינער פאמיליעס צו העלפן אויפציען קינדער. אחוץ די אלע פראגראמען שפענדעט די רעירונג ביליאנען דאלארן פאר די פראווינציאלע רעגירונגען צו העלפן מיט אויפציאונג און סאציאלע הילף פאר די וואס דארפן דאס. אלעס צוזאמען קאסט דאס אפ פאר די רעגירונג 57.3 ביליאן דאלאר פער יאר און נאך 9 ביליאן פאר די העלט קעיר סיסטעם. די אדמיניסטראציע פון וועלפעיר סערוויסעס איז אין גרעסטן טייל די אחריות פון די פראווינציאלע רעגירונגען וועלכע צוטיילן עס צווישן מוניציפאליטיס. די פראווינציאלע רעגירונגען זענען אויך פאראנטווארטליכט פאר ערציאונג וועלכע זי דארף ארויפברענגען אויף הויכע שטאפלן. העלט און ערציאונג זענען די עיקר פליכטן פון די פראווינציאלע רעגירונגען וועלכע גיבן אויס פארדעם ארום 50 ביז 60 פראצענט פון זייער בודזשעט. די העלט קעיר סיסטעם אין קאנאדע איז באמת געגרינדעט געווארן דורך די פראווינציאלע רעגירונגען אין 947' וועלכע האבן געפירט צו די גרינדונג פון די קאנאדע העלט אקט אין 966'. נאך היינט זענען די פראווינציאלע רעגירונגען די וואס צושפרייטן און אפערירן די העלט קעיר סיסטעם מיט אסאך פינאנציעלע הילף פון די פעדעראלע רעגירונג. מיט דער צייט איז קאנאדע געוואקסן און מער קרענק האט אנגעהויבן פלאגן דאס לאנד וועלכע האט געקאסט צופיל געלט פאר די רעגירונג, ביז עס איז שוין געווארן א דעפיציט. די רעגירונג האט זינט דעמאלט אנגעהויבן פאדערן אפצאלן אויף אסאך מעדעצינען און איבעריגע דאקטוירים באזוכן און געעפענט קליינע פריוואטע קליניקס אלעס כדי צו מאכן אביסל קעש וועלכע פאדערט זיך וויכטיג פאר די רעגירונג'ס קאסע.

פארטיידיגונג

אלס א לאנד מיט נאר 30 מיליאן איינוואוינער ווערט קאנאדע נישט פאררעכנט אלס א צענטראלע מיליטערישע קראפט. די קאנאדער רעגירונג האט אין 94' ערקלערט אז די קאנאדער כוחות פליכט איז היינט צו טאג נאר צו היטן דאס לאנד און וואסערן און צו געבן אינטערנאציאנאלע סעקיוריטי פאר יו-ען געשטיצטע מיסיעס. די קאנאדער מיליטער זענען ענדערש איין סיסטעם ווי זייענדיג צוטיילט אין אן ארמיי, עירפארס, נעיווי, און נאך. דער אנפירער פון די מיליטערישע כוחות איז דער טשיף אויף די דעפענס סטעף. אונטער זיין קאמאנד איז דאס מיליטער צוטיילט אין 3 טיילן: די לופט כוחות, מעריטיים, און לאנד כוחות. מיליטרישע סערוויס איז 100 פראצענט וואלונטירנדיג מיט'ן אויסנאם ביי א קריטישע קריג ווי ביי די צווייטע וועלט קריג. קאנאדע איז איינע פון די גרינדער מיטגלידער פון נאט"א זינט זי איז אויפגעשטעלט געווארן אין 49'. דאס מיליטער האט צו יעדע צייט גרייט א מיליטער אין אייראפע פאר סיי וועלכע נאט"א מיסיע. קאנאדע האלט אויך פעסט מיט אין די אמעריקאנער און אייראפעאישער ספעיסקרעפט פראגראמען צו וועלכע זי האט שוין אריינגעברענגט אסאך געלט און וויסנשאפט. קאנאדע האט אנטייל גענומען אין די אינטערנאציאנאלע ספעיס צענטער דורך שענקן איין טייל. קאנאדע'ס מיליטער ווערט באטראכט אין דער וועלט אלס איינע פון די וועלט'ס פרידנס אנהאלט נאציאנען. אלעס צוזאמען האט זי שוין געשיקט 85,000 פערסאנעל אויף פארשידענע שלום מיסיעס, א טייל וועלכע גייען נאך היינט אן. די מיליטערישע כוחות איז אויך שוין 3 מאל גענוצט געווארן אינלאנד צו פארהאלטן אומרוען איינמאל אין קוויבעק אין פרעמיער מיניסטער טראדאו'ס צייטן ווען עס האט געדראעט טעראריסטישע אטאקעס דורך קוויבעקער טעראריסטן און א צווייט מאל ווען א גרופע אינדיגינוס איינוואוינער אין קוויבעק האבן געוואלט רעוואלטירן און אין 95' ביי אן אינצידענט אין בריטיש קאלאמביע. קאנאדע האט קיינמאל נישט געפינען פאר וויכטיג צו שטארקן איר מיליטער נאר ליבערשט פרובירט עס צו שניידן. די מיליטער האט נישט קיין הויכע פראפייל אין לאנד און מיליטערישע געשעענישן האט א קליינע אפעקט אין פאליטיק. 10 יאר צוריק האט די מיליטער פארמאגט קנאפע 120,000 פערסאנעל וועלכע האט אפגעקאסט די רעגירונג 11.3 ביליאן דאלאר. ביז אין 97' האט שוין די ציפער געהאלטן ביי 61,600 גרייטע פערסאנעל און נאך 28,700 פאר רעזערוו. ארגינעל האט די רעגירונג געפלאנט צו שניידן די מיליטער'ס קאסטן צו 10 ביליאן דאלאר אבער די סעפטעמבער אטאקעס אויף אמעריקע האט אויפגעברענגט אסאך קריטיק אז די רעגירונג איז זייער צוריקגעשטאנען און מוז זיך מער אנטוואפענען צו זיין גרייט על כל צרה שלא תבא.

אויסערן פאליטיק

קאנאדע'ס אויסערן פאליסיס ווערן קאארדירנירט דורך די דעפארטמענט אף פאריען אפעירס און אינטערנעשאנעל טרעיד. קאנאדע נוצט אירע השפעות צו קוראזשירן דעמאקראטיע, די זיכערהייט פון מענטשליכע רעכט, פרייע האנדל, און פרידנדיגע רעזאלוציעס פאר קאנפליקטן. די היינטיגע ליבעראלע רעגירונג איז ביי דער מיינונג אז מער האנדל ברענגט מער דעמאקראטיע און שלום. די פאליסי איז געמאלדן געווארן אין 990' דורך דער היינטיגער פרעמיער מיניסטער דזשאן קרעטעין און האט ארויסגערופן אסאך קריטיק אינערהאלב דאס לאנד און נאכמער אין אמעריקע. וויאזוי אימער, איז אבער די פאליסי זייער גוט אויפגענומען געווארן אין די קאנאדער ביזנעס וועלט און מען האט אנגעהויבן פארמערן האנדל אין די גאנצע וועלט, ספעציעל אין אפריקע און אין קובא, וואו אמעריקע האלט נאך היינט אן איר עמבארגא. די נייע פאליסי האט שפעטער (אין 96') געברענגט די פאראייניגטע שטאטן צו מאכן די "העלמס בורטאן אקט" וועלכע האט פארבאטן געוויסע ביזנעס פירער וועלכע האבן אנגעפירט מיט די האנדל אין קובא אריינצוקומען אין די פאראייניגטע שטאטן. קאנאדע האט באלד צוריקגעשלאגן דורך גרינדן די "פאריען עקסטרעטעריטאריעל מעזשורס אקט", פארבאטנדיג קאנאדער פירמעס צו אבזערווירן אמעריקאנער עמבארגאס. די צוויי אקטן האבן אנגעהאלטן איין יאר ביז ווען די פאראייניגטע שטאטן האט צוריקגעצויגן פון איר אקט. היינט איז שוין אמעריקע ווייכער צו קובא און עס איז שוין פאראן א שטארקע שטיצע אויפצולעזן די אמאליגע עמבארגא מיט קובא. קאנאדע שיקט אסאך הילף פאר דריטע וועלט לענדער ווי געלט און מעדיצינישע הילף. אין 68' האט די רעגירונג געגרינדעט די קענעדיען אינטערנאציאנאלע דעוועלאפמענט אגענטור (סי-עיי-די-עי), א ספעציעלע אגענטור אנצופירן מיט הילף פאר די וועלט. די אגענטור שיקט ביליאנען דאלארן יערליך פאר אסאך לענדער וואס האלטן זיך אינמיטן דעוועלאפן און א טייל פאר די יו-ען. די אגענטור האט אויפגעשטעלט א ריסורטש צענטער צו אדאפטירן סייענס און טעכנאלאגיע פאר דריטע וועלט לענדער. קאנאדע איז פון די שטארקסטע שטיצער אין די יונייטעד נעישאנס און שפילט דארט א גרויסע ראלע. אין די געוועזענע יארן האט קאנאדע איינגעשטעלט עטליכע שלום פאליסיס וועלכע האבן איר געגעבן א רעפוטאציע אלס א לאנד וואס זוכט שלום. די באקאנסטע פון אזא פאל איז געווען ביי די סועז קאנאל קריזיס אין 56' ווען דער דעמאלטדיגער פרעמיער מיניסטער ליסטער פירסאן האט פארגעשטעלט די אינטערנאציאנאלע שלום כוחות וועלכע האט נאך היינט דארט קאנטראל און האט יענעם יאר געוואונען די אינטערנאציאנאלע "נאבעלע שלום פרייז" וועלכע האט אים געגעבן די מעגליכקייט פארשפרייטן שלום אויך אויף אנדערע ערטער.

קאנאדע שטיצט די יו-ען אין עטליכע וועגן: זי איז די פערטע גרעסטע פינאנציעלע ביישטייערער, פארנעמט 10 פראצענט פון דער וועלט'ס אינטערנאציאנאלע שלום טרופן, און טוט אסאך פאקטישע ארבעט ווען עס קומט צו שלום מיסיעס. קאנאדע איז נאך געווען פארמישט אין די ערשטע אינטערנאציאנאלע שלום מיסיעס: קאשמיר אין 48', פאלעסטינע אין 53', קאנגא אין 60', און ציפערן אין 64'. קאנאדע האט אויך שטענדיג געשיקט א צאל טרופן און מיליטערישע געצייג אין יו-ען געשטיצטע קריגן ווי די קארעא קריג (53'-50'), ביי די פערסישע גאלף קריג אין 91', און לעצטענס ביי די אפגאניסטאנער קריג. קאנאדע האט אויך די מלחמות (אחוץ די אפגאניסטאנער קריג) פרובירט צו פארהאלטן דורך פארהאנדלונגען. שטייענדיג הארט פאר די קריג קעגן איראק (ווען די שורות ווערן געשריבן) איז קאנאדע דערווייל קעגן גיין אין קריג אזוי לאנג ווי די יו-ען וועט נישט דורכפירן א רעזאלוציע אז מען קען גיין אין קריג.

היסטאריע

  היסטאריע פון קאנאדע

קאנאדע'ס היסטאריע הייבט זיך אן נאך מיט הונדערטער יארן צוריק ווען די אייראפעאישע האבן אנגעהויבן באזעצן די קאנאדער טעריטאריע. דער פראצויזישער אויספארשער סאמועל דע שאמפליין איז אנגעקומען אין 1603 און האט אויפגעשטעלט די ערשטע אייראפעישע יישובים, פארט ראיאל אין 1605 און קוועבעק סיטי אין 1608. די ענגלישע האבן עטאבלירט פישעריי פאסטן אין ניופאנדלאנד אין 1610 און האבן באזעצט די דרייצן קאלאניעס צו דער דרום זייט. פון 1689 ביז 1763 איז געווען פיר צווישן-קאלאניעשע קריגן. ביים בונד פון אוטרעכט (1713) איז נאווא סקאשא געקןמען אונטער בריטישער הערשאפט. מיט'ן בונד פון פאריז (1763) האט פראנקרייך נאכגעגעבן קאנאדע מיט רוב פון נייער פראנקרייך צום פאראייניגטן קעניגרייך.

אין 1763 איז נייער פראנקרייך געווארן דער פראווינץ פון קוועבעק.

אין 1791 איז דער פראווינץ פון קאנאדע צעטיילט געווארן אויף צוויי: אויבער קאנאדע (ענגליש רעדערס) און אונטער קאנאדע (פראנצויזיש רעדערס). אין 1867 דער בריטיש נארד אמעריקע אקט האט אויפגעשטעלט א קאנפעדעראציע פון איין דאמיניע קאנאדע מיט פיר פראווינצן: אנטעריא, קוועבעק, נאווא סקאשא און ניי ברונסוויק.

אין דער צווייטער וועלט קריג האט קאנאדע אונטער פרעמיער מיניסטער מאקענזי קינג געעפנט מלחמה קעגן דייטשלאנד דריי טעג נאך בריטאניע.

אין 1949 איז ניופאנדלאנד געווארן דער צענטער פראווינץ פון קאנאדע.

אידן אין קאנאדע און איר היסטאריע

עס וואוינען היינט ארום 350,000 אידן אין קאנאדע צושפרייט אין 8 שטעט. די גרעסטע צאל אידן וואוינען אין טאראנטא וואו עס איז פאראן די מערסטע ביזנעס. אבער דאס איז נאר אין די לעצטע צענדליגער יארן. בעפאר דעם האבן רוב קאנאדישע אידן געוואוינט אין מאנטרעאל וועלכע איז שטענדיג געווען די הויפט ביזנעס שטאט פון קאנאדע און די גרעסטע טייל אידישע אימיגראנטן זענען דארט באזעצט געווארן, קאנאדע'ס ערשטע שול, ק"ק שארית ישראל-ספאניש-פארטוגעזיש, איז געגרינדעט געווארן אין 777' אין מאנטרעאל נאכדעם וואס די גרופע אידן האבן געהאט געדאווענט צענדליגער יארן אין אן ארויסגעדינגענעם ארט. די אידישע באפעלקערונג צוטיילט זיך ווי פאלגענד: טאראנטא, אנטעריא: 175,000. מאנטרעאל, קוויבעק: 100,000. ווענקאווער, בריטיש קאלאמביע: 30,000. וויניפעג, מאניטאבע: 15,000. אטאווע, אנטעריא: 12,000. קאלגערי, אלבערטא: 7,500. העמילטאן, אנטעריא און עדמאנטאן, אלבערטא" 5,000. רוב קאנאדישע אידן זענען אשכנזים אבער עס פאראן א גרויסע צאל פראנצויזיש רעדנדיגע מאראקאנער אידן וועלכע וואוינען אלע אין מאנטרעאל. מען שאצט אז ארום א דריטל פון די אידישע באפעלקערונג האלט שבת און א גרויסע טייל דערפון זענען פולע שותמ"צ (נישט פאר אונז געזאגט). די עכט אידישע באפעלקערונג ווערט קלענער פון יאר צו יאר צוליב אסאך געמישטע הייראטן (ליידער) אבער נאך אלץ איז די באפעלקערונג צאל שטארק געשטיגן אין די לעצטע יארן ביז אזוי סאך ווי 14 פראצענט, מאכנדיג איר איינע פון די שנעלסטע וואקסנדיגע באפעלקערונגען. פון די אימיגראנטן זענען 25 פראצענט רוסישע וועלכע האבן אימיגרירט אין די מאסן פון ווען די קאמוניסטישע רעגירונג איז אויפגעלעזט געווארן אין 91'. די צווייטע גרעסטע צאל פון אימיגראנטן זענען פון מדינת ישראל (ארום 20 פראצענט) וועלכע האבן איבערגעלאזט זייער לאנד און געפינען א רואיגערע און פארזיכערטערע לעבן אין קאנאדע. די פרייע און נישט פרייע קאנאדישע אידן (דאס נעמט נישט אריין די פרומע אידן) האבן עטליכע קעגנגעזעצטע מיינונגען לגבי מדינת ישראל און ווערן באטראכט אלס אזוי שטארק פרא מדינת ישראל ווי אידן איבער די וועלט. קאנאדער אידישע פירער האבן שטענדיג געארבעט אריינצוברענגען מער אידישע אימיגראנטן פון אנדערע געפלאגטע לענדער אויף וועלכע די ציוניסטישע פירער האבן געברויזט. אויך לעצטענס ארבעטן די קאנאדער אידישע פירער אריינצוברענגען אסאך אידן פון ארגענטינע אויף וועלכע די ציוניסטן ארבעטן אויך זייער שווער. אידן האבן אנגעהויבן קומען קיין קאנאדע נאך אין די מיטעלע יארן פונעם 17טן יאָרהונדערט. די פראנצויזישע האבן דעמאלט געהאט קאנטראל אין רוב קאנאדע און האבן אויסגעשלאסן די אידן פון יעדע זאך און זיי אויסגעטיילט צרות און טיילמאל פארטריבן פון זייערע טעריטאריעס. די מאיאריטעט פון אידן זענען טאקע אנגעקומען מיט די בריטישע סאלדאטן וועלכע האבן זיך באזעצט אין מאנטרעאל און געקעמפט פאר קאנטראל איבער קוויבעק (קוויבעק איז דעמאלט געווען נאך פיל גרעסער ווי היינט און האט אריינגענומען אויך עטליכע אמעריקאנער שטעט). די בריטישע האבן נישט געטשעפעט מיט די אידן און די ביסל אידן האבן זיך געגרינדעט א קליינע שול וועלכע האט זיך גערופן "שארית ישראל" ווי פריער דערמאנט. אין אידישע היסטאריע איז באוואוסט די פרענק פאמיליע וועלכע זענען געווען פון די ערשטע אידישע פאמיליעס וועלכע האבן אמיגרירט קיין נארט אמעריקע צוזאמען מיט די בריטישע סאלדאטן מיט וועלכע זיי האבן אנגעהאלטן א נאנטע פריינטשאפט. די פרענק פאמליע האט אסאך אויפגעטאן פאר אידישקייט סיי אין קאנאדע און אויך אין די ערשטע אמעריקאנער שטעט. זיי זענען געווען רייך און געהאט נאנטע פארבינדונגען מיט אלע ענגלישע פירער. די פרענק פאמיליע איז געווען א אידישע סימבאל פאר דריי דורות דענאך זענען די קינדער שוין אוועקגעגאנגען פון די אידישע וועג און האבן מער נישט אינטערעסירט די אידישע באדערפענישן. אין יענע צייטן האט דאס אידישקייט אין קאנאדע געציילט קוים עטליכע מינינים. א צענזוס פון 831' צייגט אז עס זענען נישט געווען מער ווי 107 רעגיסטרירטע אידן אבער היסטאריקער זאגן אז עס זענען געווען מער אידן נאר זיי האבן זיך נישט רעגיסטרירט אויס מורא פאר זייער אידישקייט. אין 832' האבן שוין די אידן באקומען אלע ציווילע רעכט ווי אלע בירגער. נאך אלץ איז א איד'ס געזיכט געווען ווי א מאדנע באשעפעניש פאר די איבעריגע איינוואוינער. ממש בעפאר דעם 19טן יאָרהונדערט האבן די ניי אנגעקומענע אידישע אימיגראנטן זיך אנגעהויבן באזעצן אין די אלע אויבנדערמאנטע שטעט אין פראווינצן, די גרעסטע טייל דערפון אין געווען אין אנטעריא. ביים אריינטערעטונג פונעם 19טן יאָרהונדערט האט די אידישע באפעלקערונג געציילט ארום 3,000 נפשות. מיט עטליכע יאר שפעטער האט די אידישע באפעלקערונג זיך דראסטיש געהעכערט ווען טויזנטער אידן זענען אנטלאפן פון די קאמוניסטישע רוסלאנד און אימיגרירט אומלעגאל קיין קאנאדע וועלכע האט געהאט אפענע טירן פאר אימיגראנטן. אין 921' האט די אידישע באפעלקערונג געציילט 126,000. דורכאויס די צווייטע וועלט קריג האט קאנאדע פארשלאסן אירע טויערן פאר די געליטענע (דער דעמאלטדיגער פרעמיער מיניסטער מעקענזי קינג איז געווען א גרויסער שונא ישראל און א שטארקע שטיצער פון היטלער בעפאר די קריג) און פאר קוים אפאר טויזנט נפשות איז געלונגען זיך אריינצובאקומען אין לאנד. נאך די מלחמה האבן די אידישע ארגאניזאציעס אינערהאלב קאנאדע איבערגעדרייט א וועלט אז די רעגירונג זאל עפענען אירע טויערן פאר די מלחמה איבערלעבער. די פילע שתדלנות האט געהאלפן און די קאנאדישע רעגירונג האט אויפגענומען בערך 75,000 אידישע נפשות אין א משך פון צוויי יאר, צווישן זיי זענען געווען א קליינע צאל עכט פרומע אידן פון וועלכע עס שטאמען די היינטיגע חסידישע און ליטווישע בליענדיגע קהלות. רוב ניי אנגעקומענע אידן האבן זיך באזעצט אין טאראנטא אדער אין מאנטרעאל אין ביידע שטעט האבן געהאט בערך די זעלבע צאל אידישע איינוואוינער. אבער איבער די יארן האבן זיך א גרויסע טייל מאנטרעאלער אידן אריבערגעצויגן קיין טאראנטא אויס מורא פאר אן אפטיילונג פון קוויבעק.


אידישע קהילות

עס וואוינען אין קאנאדע אלע ערליי אידן פון וועלכע רוב דערפון זענען שטארקע פארפרעמדעט פון אידישקייט אבער האלטן זיך פאראייניגט אונטער א אידישע ארגאניזאציע וועלכע רעפרעזענטירט זיי אין לאנד. די גרעסטע אזא ארגאניזאציע איז די קענעידיען דזשואיש קאנגרעס וועלכע האט זייערע הויפטקווארטיר אין מאנטרעאל און נאך 6 אקטיווע צענטערן איבער אלע ווינקלן פון קאנאנדע. נאך זיי איז פאראן נאך צוויי גרויסע אידישע ארגאניזאציעס די "בני ברית" און די "וויזו", ביידע ציניוסטישע פעדעראציעס וועלכע האבן ליב צו פארטרעטן די אידישע געמיינדע ביי יעדע נארישקייט. רוב אידן זענען ענגליש רעדנדיגע וועלכע האבן געפינען די פראנצויזישע שפראך אלס א פראבלעם. נאך אלץ איז פאראן ארום 20 פראצענט ספרדים פון די אידישע איינוואוינער וועלכע רעדן יא פראנצויזיש. א קליינער צאל אידן אין מאנטרעאל און אין טאראנטא זענען פרומע אידן, זיי ציילן ארום 5,000 פאמיליעס. די קאנאדער פרייע אידן זענען מער טראדיציאנאל אידיש ווי די אמעריקאנער אידן און כאטש זיי אליין האלטן כמעט גארנישט, רעספעקטירן זיי מער די פרומע אידן און 40 פראצענט פון זיי אינדענטיפיצירן זיך אלס ארטאדאסיטע אידן. כשר'ע עסן איז דא צו באקומען אין טאראנטא, מאנטרעאל, וויניפעג, און אטאווע. רוב כשר'ע פראדוקטן ווערן אימפארטירט פון די פאראייניגטע שטאטן אבער מען מאכט שוין היינט אסאך עסן אין קאנאדע און טייל פון זיי ווערן עקספארטירט צו די פאראייניגטע שטאטן. אידישקייט ווירבעלט שיין אין קאנאדע. עס זענען פאראן אסאך ישיבות און סקולס, אייגענע צייטונגען אויף מערערע שפראכן, וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס פון אלע סארטן, און בעיקר א שטארקע פריינשאפט צווישן אלע קהילות. די שטאט מאנטרעאל האט די גרעסטע אידישע ביבליאטעק אין צפון אמעריקע מיט טויזנטער אידישע ארטיקלען פון הונדערטער יארן.

דרויסנדיקע לינקען

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 "Canada". World Factbook. CIA. ‏16טן מיי 2006. Retrieved ‏14טן יולי 2011. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= and |date= (help)
  2. "PBS, commanding heigths, map of the world's economic systems". Retrieved 2008-01-31.
  3. The Heritage Foundation (2006). "Index of Economic Freedom". The Heritage Foundation. Retrieved 2006-10-03.
  4. Statistics Canada (2006-08-04). "Latest release from Labour Force Survey". Statistics Canada. Retrieved 2006-08-04. {{cite web}}: Check date values in: |date= (help)
  5. "Employment by Industry". Statistics Canada. 2007-01-04.
  6. Clarke, Tony; Campbell, Bruce; Laxer, Gordon (2006-03-10). "US oil addiction could make us sick". Parkland Institute. Retrieved 2006-05-18. {{cite web}}: Check date values in: |date= (help)CS1 maint: multiple names: authors list (link)
  7. The Canadian Encyclopedia (2006). "Agriculture and Food: Export markets". Historical Foundation of Canada. Retrieved 2006-05-18.
  8. The Canadian Encyclopedia (2006). "Canadian Mining". Historica Foundation of Canada. Retrieved 2006-05-18.
  9. Chretien, Jean (2003-12-04). "Notes for an Address by Prime Minister Jean Chrétien on the Occasion of the Commonwealth Business Forum". Privy Council Office, Government of Canada. Retrieved 2006-08-07.


קאנאדישע טעריטאריעס און פראווינצן
פראווינצן: בריטישע קאלומביע · אלבערטא · סאסקאטשעווען · מאניטאבא · אנטעריא · קוויבעק · ניו בראנזוויק · נאווע סקאשע · פרינץ עדווארד איילענד · נייפונדלאנד און לאבראדאר


טעריטאריעס: יוקאן · נארדוועסט טעריטאריעס · נונאוועט