רוי:קאמבינאטאריק

ווערסיע פון 12:37, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

קאמבינאַטאריק איז א צווייג פון דיסקרעטער מאטעמאטיק וואס באהאנדלט ציילונג, סיי ווי א פראצעס סיי ווי אן אויסקום, און געוויסע אייגנשאפטן פון פארשידענע ענדלעכע סטרוקטורן. קאמבינאַטאריק איז גאנץ נאנט צו פיל געביטן אין מאטעמאטיק און ווערט געניצט אין לאגיק, סטאטיסטישער פיזיק, עוואלוציאניסטישער ביאלאגיע, קאמפיוטער וויסנשאפט און נאך.

קאמבינאַטאריק איז א גאר ברייטער געביט אין מאטעמאטיק וואס האט נישט קיין קלארע גרענעצן. פראגעס אין קאמבינאטריק קענען קומען פון ברייטע שטחים פון ריינער מאטעמאטיק, בעיקר פון אלגעברע, טעאריע פון משמעותדיקייט, טאפאלאגיע און געאמעטריע.

מוסטער:מאטעמאטיק-שטומף