רוי:קאלכשטיין

ווערסיע פון 22:40, 24 אויגוסט 2017 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

קאַלכשטיין איז אן אפזעץ-שטיין, צוזאמענגעשטעלט מערסטן פון סקעלעט־פראגמענטן פון ים־ארגאניזמען ווי קאראל און מאלוסקן. זיינע הויפט מאטריאלען זענען די מינעראלן קאלציט און אראגאניט, וואס זענען פארשידענע קריסטאל פארעמען פון קאלציום-קארבאנאט (CaCO3).

אומגעפער 10% פון אפזעץ־שטיינער זענען קאלכשטיינער. קאלכשטיין צעגייט אין וואסער און שוואכע זויער-צעפירונגען. מערסטע הייל סיסטעמען זענען אדורך קאלכשטיין באדן. .

קאלכשטיין האט פילצאליגע באניצן: ווי א בוי-מאטעריאל, אן עיקרדיקער באשטאנדטייל פון בעטאן,  ווייסער פיגמענט אין ציינפאסטע און פארבן און אין פראדוצירן קאלך.

קאלכשטיין שטיינעריי ביי צעדער קריק, ווירדזשיניע, פאראייניגטע שטאטן
קאלכשטיי ווי בוי־מאטעריאל

זעט אויך

וועבלינקען

רעפערענצן

מוסטער:וויסן-שטומף