רוי:רבי אבא דמן עכו

ווערסיע פון 23:23, 27 אקטאבער 2009 דורך YI>פוילישער (לינק צו טיטל)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

ר' אבא דמן עכו איז געווען פון די ערשטע אמוראים, א חבר פון ר' אבהו.

פון דער גמרא (כתובות קיב) קומט אויס ער איז געווען א גרעסערער עניו פון ר' אבהו.

אויך פארציילט דארט די גמרא פון זיין ליבשאפט צום הייליגן לאנד ארץ ישראל, ווען ער איז ארויפגעקומען צום גרעניץ פון ארץ ישראל אין עכו האט זיך געווארפן אויף דער ערד און געקושט איהר פון גרויס ליבשאפט, און געזעגט איך בין מקיים דעם פסוק: כי רצו עבדיך את אבניה ואת עפרה יחוננו.

ווען מען האט אויפגענומען ר' אבהו אלס ראש ישיבה האט ביי זיך געטראכט איך האב א חבר ר' אבא דמן עכו וואס איז א גרויסער ארימאן, ער איז שולדיג געלד פאר אסאך מענטשן, לבערשט זאל מען איהם נעמען פאר ראש ישיבה וועט מען איהם געבן געלד וועט ער קענען באצאלהן זיינע חובות, אזוי איז טאקע געווען ר' אבהו האט נישט געוואלט ווערן ראש ישיבה און מען האט אויפגענומען ר' אבא דמן עכו (סוטה מ' ע"א).