רוי:פרעקווענץ

ווערסיע פון 16:32, 25 אפריל 2018 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

אין פיזיק, איז די פֿרעקווענץ אדער אפֿטקייט פון א פעריאדישן פענאמען וויפיל פעריאדן גייען אריבער אין אן איינס פון צייט.

מען טוט ניצן דעם סימבאל f פאר פֿרעקווענץ און ער ווערט געמאסטן, אין דער אינטערנאציאנאלער סיסטעם פון איינסן, אין הערץ (Hz); איין הערץ איז א פעריאד פון איין מאל א סעקונדע. צום ביישפיל, דער עלעקטרישער שטראם אין רוב לענדער היינט איז וועקסלשטראם מיט א פרעקווענץ פון 50 הערץ, דאס הייסט, די עלעקטרישע שפאנונג טוישט זיך פעריאדיש מיט 50 פעריאדן יעדע סעקונדע.

דער פֿרעקווענץ פון א כוואליע און איר כוואליעלענג זענען פארבונדן דורך דער פארמל:

וואו v איז די גיך און (לאַמבדאַ) איז די כוואליעלענג. דער פארמל פאר דער פרעקווענץ פון ליכט (און עלעקטראמאגנעטישע) כוואליעס איז וואו c איז די גיך פון ליכט.[1]

אנדערע כוואליעס, למשל קלאנג כוואליעס, גייען מיט א קלענערער גיך.

וועבלינקען


רעפערענצן

  1. ""Frequency of a wave"". Science Scope. Retrieved 2009-03-04.