רוי:פעניצילין

ווערסיע פון 12:35, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
אטאמישע סטרוקטור פון פעניצילין

פעניצילין איז א ברייט־באניצטער אנטיביאטיק קעגן באקטערישע אינפעקציעס. דער סקאטישער וויסנשאפטלער סיר אלעקסאנדער פלעמינג האט ערפינדט פעניצילין אין 1928. אין די 1940ער האט מען אנגעהויבן פראדוצירן פעניצילין אויף א ברייטן אופן. מען ניצט פעניצילן קעגן מוח מעמבראן אנצינדונג, לונגען אנטצינדונג און נאך א סך קראנקייטן.

טייל מענטשן זענען אלערגיש צו פעניצילין.

פעניצילין איז דער ערשטער אנטיביאטיק וואס מען האט ערפינדט און האט גורם געווען א רעוואלוציע אין פארמאקאלאגיע און מעדיצין. מוסטער:ביאלאגיע-שטומף