רוי:פלאכטע

ווערסיע פון 12:35, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
דער רעאלער פראיעקטיווער פלוין איז א צוויי־דימענסיאנאלע פלאכטע  וואס קען נישט ווערן רעאליזירט אין דריי דימענסיעס נאר דורך זעלבסט שניידן, געוויזן דא אלס בוי׳ס אייבערפלאך.
דער אייבערפלאך פון דער ערד פאדערט (לכל הפחות) צוויי קארטעס כדי איינצושליסן יעדן פונקט. דא ווערט דער גלאבוס צעלייגט אויף קארטעס ארום די צפון און דרום פאלוסן.

אין מאטעמאטיק איז א פלאַכטע א טאפאלאגישער רוים וואס לאקאל איז ענלעך צו אן אויקלידישן רוים לעבן יעדן פונקט.

איין־דימענסיאנעלע פלאכטעס שליסן איין שטריכן און קרייזן, אבער נישט קיין פיגור אכט, וואס האט א קנופ און דארט איז נישט ענלעך צו אן אויקלידישן 1-רוים. א צוויי־דימענסיאנעלע פלאכטע ווערט גערופן אן אייבערפלאך. ביישפילן שליסן איין דעם פלוין, דעם קיילעך און דעם טארוס, אבער אויך דאס קליין־פלעשל.

דער באגריף פון א פלאכטע איז צענטראל צו פילע טיילן פון געאמעטריע און מאדערנעם מאטעמאטישן פיזיק, ווייל זי דערמעגלעכט באשרייבן קאמפליצירטע סטרוקטורן מיט די אייגנשאפטן פון אויקלידישן רוים.