רוי:פיאדאר טיוטשעוו

ווערסיע פון 12:31, 12 פעברואר 2018 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
פֿיאָדאָר טיוטשעוו

פֿיאָדאָר איוואַנאָוויטש טיוטשעוו (5טן דעצעמבער 180327סטן יולי 1873)איז געווען אַ באַוווּסטער רוסישער דיכטער און דיפּלאָמאַט. ער האט געוווינט אין מינכן און אין טורין, און ער איז געווען באַקאַנט מיט היינריך היינע און פרידריך שעלינג.

אין ליטעראַרישן לעבן האָט טיוטשעוו קיין אָנטייל ניט גענומען, פֿאַר ליטעראַט האָט ער זיך ניט געהאַלט. עס זייַנען פֿאַרבליבן אַן ערך 400 פֿון זייַנע לידער, וואָס זייערע שורות ציטירט מען אָפֿט אין רוסלאַנד. טיוטשעווס פֿריע לידער זייַנען געשריבן אויפֿן שטייגער דער פּאָעטישער טראַדיציעס פֿונעם 18סטן יאָרהונדערט. אין זייַנע געדיכטן, וואָס שטאַמען פֿון די 1830ער, זייַנען שטאַרק די טראַדיציעס פֿונעם אייראָפּעישן (באַזונדערס דייַטשן) ראָמאַנטיזם. דאָס איז פֿילאָסאָפֿישע (מעדיטאַטיווע) דיכטונג, וואָס איר וויכטיקסטע טעמעס זייַנען: געדאַנקען וועגן דער אַלוועלט, וועגן דעם מענטשלעכן גורל, וועגן דער נאַטור. אין די 40ער יאָרן האָט טיוטשעוו געשריבן אַ ריי פּאָליטישע אַרטיקלען, געווידמעט דער פּראָבלעם פֿון די באַציונגען צווישן רוסלאַנד און דער מערבדיקער ציוויליזאַציע. אין די 1850 האָט ער געשאַפֿן עטלעכע שאַרפֿע ליבעס-לידער, וואָס אין זיי די ליבע איז באַטראַכט ווי אַ טראַגעדיע. די דאָזיקע לידער זייַנען דערנאָכדעם געווען פֿאַראייניקט אין אַזוי-גערופֿענעם "דעניסיעווער ציקל" – דהיינו דעם לידער-ציקל, געווידמעט י.אַ. דעניסיעווען, דעם דיכטערס אַ געליבטער. אין די 60-70-ער יאָרן שאַפֿט טיוטשעוו על-פי-רוב פּאָליטישע ליריק.

דאָס סאַמע באַרימסטע טיוטשעווס ליד – "!Silentium" – איז אַ ביטער רוף צום שווייַגן, אַ באַדויערונג, וואָס איין מענטש קען ניט קיינמאָל אינגאַנצן פֿאַרשטיין דעם אַנדערן. אַ סך שורות פֿון טיויטשעווס לידער זייַנען געוואָרן ברייט ציטירטע אַפֿאָריזמען.

וועבלינקען