רוי:פיאדאר טיוטשעוו
פיאָדאָר איוואַנאָוויטש טיוטשעוו (5טן דעצעמבער 1803 – 27סטן יולי 1873)איז געווען אַ באַוואוּסטער רוסישער דיכטער און דיפּלאָמאַט. ער האט געוואוינט אין מינכן און אין טורין, און ער איז געווען באַקאַנט מיט היינריך היינע און פרידריך שעלינג.
אין ליטעראַרישן לעבן האָט טיוטשעוו קיין אָנטייל ניט גענומען, פאַר ליטעראַט האָט ער זיך ניט געהאַלט. עס זענען פאַרבליבן אַן ערך 400 פון זיינע לידער, וואָס זייערע שורות ציטירט מען אָפט אין רוסלאַנד. טיוטשעווס פריע לידער זענען געשריבן אויפן שטייגער דער פּאָעטישער טראַדיציעס פונעם 18סטן יאָרהונדערט. אין זיינע געדיכטן, וואָס שטאַמען פון די 1830ער, זענען שטאַרק די טראַדיציעס פונעם אייראָפּעישן (באַזונדערס דייטשן) ראָמאַנטיזם. דאָס איז פילאָסאָפישע (מעדיטאַטיווע) דיכטונג, וואָס איר וויכטיגסטע טעמעס זענען: געדאַנקען וועגן דער אַלוועלט, וועגן דעם מענטשליכן גורל, וועגן דער נאַטור. אין די 40ער יאָרן האָט טיוטשעוו געשריבן אַ ריי פּאָליטישע אַרטיקלען, געווידמעט דער פּראָבלעם פון די באַציונגען צווישן רוסלאַנד און דער מערבדיקער ציוויליזאַציע. אין די 60-70-ער יאָרן שאַפט טיוטשעוו על-פי-רוב פּאָליטישע ליריק.
דאָס סאַמע באַרימסטע טיוטשעווס ליד – "!Silentium" – איז אַ ביטער רוף צום שווייגן, אַ באַדויערונג, וואָס איין מענטש קען ניט קיינמאָל אינגאַנצן פאַרשטיין דעם אַנדערן. אַ סך שורות פון טיויטשעווס לידער זענען געוואָרן ברייט ציטירטע אַפאָריזמען.
דרויסנדיגע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!