רוי:פאנאמא

ווערסיע פון 21:10, 15 מאי 2016 דורך YI>פוילישער (זעט אויך)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
רעפובליק פון פאנאמא
(שפאניש) República de Panamá
פאן פאנאמא
סימבאָל פאנאמא
פאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פון פאנאמא
קאָנטינענט אמעריקע
אָפיציעלע שפּראַך שפאניש
הויפּטשטאָט פאַנאַמאַ־שטאָט
8°58′N 79°32′W / 8.967°N 79.533°W / 8.967; -79.533 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
רעגירונג רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
ריקארדא מארטיניי
גרינדונג דאַטום
3טן נאוועמבער 1903 (פון קאלאמביע)
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
75,517 קוואַדראַט ק"מ
118
2.9%
באַפעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקייט

3,405,813 (מיי 2010)

44.5 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $44.360 ביליאן
וואַלוטע באלבאא
צייט זאָנע 5-
אינטערנעט דאָמען pa.
טעלעפאָן קאָד 507+

פאנאמא (ענגליש: Panama), אפיציעל די רעפובליק פון פאנאמא (שפּאַניש: República de Panamá), איז דאס דרומסטע לאנד פון צענטראלער אמעריקע און ממילא פון צפון אמעריקע. פלאצירט אויפן איסטמאס צווישן צפון און דרום אמעריקע, פאנאמא האט גרענעצן מיט קאסטא ריקא צו צפון־מערב, קאלאמביע צו דרום־מזרח, דעם קאראאיבישן ים צו צפון און און דעם פאציפישן אקעאן צו דרום. די הויפטשטאט איז פאַנאַמאַ־שטאָט.

די שפאנישע האבן אויסגעפארשט און באזעצט דאס לאנד אינעם 16טן יארהונדערט. אין 1821 האט פאנאמא זיך געשיידט פון שפאניע און זיך פארבינדן אין א פארבאנד מיט קאלאמביע, עקוואדאר און ווענעזועלע, וואס האט געהייסן די רעפובליק פון גראן קאלאמביע. ווען גראן קאלאמביע האט זיך צעטיילט אין 1830, איז פאנאמא געבליבן א טייל פון קאלאמביע. אין 1903 האט פאנאמא ארויסגעטרעטן פון קאלאמביע.

צווישן 1904 און 1914 האבן די אמעריקאנער ארמיי אינזשענירן געבויט דעם פאנאמא קאנאל. אין 1977 האט מען אונטערגעשריבן אן אפמאך צווישן פאנאמא און די פאראייניגטע שטאטן אריבגערצוגעבן דעם קאנאל צו פאנאמא ביזן סוף פונעם יארהונדערט.[1]

זעט אויך

רעפערענצן

  1. "CIA – The World Factbook". Cia.gov. Retrieved 2010-12-23.