רוי:ענדרו לויד וועבער
ענדרו לויד וועבער (ענגליש: Andrew Lloyd Webber; געבוירן דעם 22סטן מערץ 1948) איז אַ בריטישער קאָמפּאָזיטאָר און מוזיקטעאַטער אימפּרעסאַריאָ. זיין פֿירמע "די רילי יוזפֿול גרופּע" איז איינער פֿון די גרעסטע לאָנדאָנער טעאַטער אָפּעראַטאָרן.
קאריערע
אין 2018 איז לויד וועבער געוואָרן איינער פֿון 15 מענטשן וואָס האָבן געוואונען די אָסקאַר, גרעמי, טאָני און עמי פּריזן.
אַדורך זיין קאַריערע האָט ער פּראָדוצירט 15 מוזיקשוישפּילן (אַ סאַך זיי זענען געשטעלט געוואָרן אינעם וועסט ענד און אין בראָדוויי פֿאַר צען יאָר אָדער העכער). צווישן זיינע ליריקער זענען געוואָרן טים רייס, דאָן בלעק, קריסטאָפֿער העמפּטאָן, ריטשאַרד סטילגאָ און בען עלטאָן. אויך האָט ער געשריבן די מוזיק פֿאַר צוויי פֿילמען: "גאַמשו" און "דער אָדעסע דאָסיע". ער האָט געוואונען אַ סאַך פּריזן פֿאַר זיינע שאַפֿונגען, בפֿרט זיבן טאָני פּריזן, דריי גרעמי פּריזן, איין אָסקאַר, אין אינטערנאַציאָנאַלער עמי, זעקס אָליוויע פּריזן און איין גאָלדענער גלאָבוס.
פערזענלעכע לעבן
לויד וועבער'ס צווייטער חתונה איז געווען מיט דער אַקטריסע און זינגערין שרה ברייטמאַן. זיי האָבן געגט זיך אין 1990. זיין דריטע און איצטיקע ווייב איז מאַדלען גורדאָן. זיין יינגערער ברודער איז דער טשעליסט דזשוליען לויד וועבער. דעם 25סטן אָקטאָבער 2009 איז לויד וועבער דיאַגנאָזירט געוואָרן מיט די ערשטע עטאַפֿן פֿון פֿראָסטאַטע ראַק. ער האָט זיך געהיילט נאָך אַן אָפּעראַציע.
מוזיקשוישפילן
- "יוסף און די געוואַלדיקע קאָלירטע קאַפֿטן" (1967)
- "יעזוס דער סופּערשטערן" (1970)
- "עוויטאַ" (1976)
- "קעץ" (1981)
- "געזאַנג און טאַנץ" (1982)
- "סטאַרלייט עקספּרעס" (1984)
- "דער פֿאַנטאָם פֿון דער אָפּערע" (1985)
- "אַספֿעקטן פֿון ליבע" (1989)
- "אונטערגאַנג בולעוואַרד" (1993)
- "ביי דזשיווס" (1996; נייע ווערסיע פֿון אַ שוישפּיל פֿון 1974)
- "ווען דער ווינט פֿייפֿט" (1998)
- "דער שיינער שפּיל" (2000)
- "די פֿרוי אין ווייס" (2004)
- "ליבע שטאַרבט קיינמאָל נישט" (2010)
וועבלינקען
- אָפֿיציעלע וועבייזטל (ענגליש)