רוי:ענדרו לויד וועבער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
לויד וועבער אין מאסקווע, נאוועמבער 2008

ענדרו לויד וועבער (ענגליש: Andrew Lloyd Webber; געבוירן דעם 22סטן מערץ 1948) איז אַ בריטישער קאָמפּאָזיטאָר און מוזיקטעאַטער אימפּרעסאַריאָ. זיין פירמע "די רילי יוזפול גרופּע" איז איינער פון די גרעסטע לאָנדאָנער טעאַטער אָפּעראַטאָרן.

קאריערע

אין 2018 איז לויד וועבער געוואָרן איינער פון 15 מענטשן וואָס האָבן געוואונען די אָסקאַר, גרעמי, טאָני און עמי פּריזן.

אַדורך זיין קאַריערע האָט ער פּראָדוצירט 15 מוזיקשוישפּילן (אַ סאַך זיי זענען געשטעלט געוואָרן אינעם וועסט ענד און אין בראָדוויי פאַר צען יאָר אָדער העכער). צווישן זיינע ליריקער זענען געוואָרן טים רייס, דאָן בלעק, קריסטאָפער העמפּטאָן, ריטשאַרד סטילגאָ און בען עלטאָן. אויך האָט ער געשריבן די מוזיק פאַר צוויי פילמס: "גאַמשו" און "דער אָדעסע דאָסיע". ער האָט געוואונען אַ סאַך פּריזן פאַר זיינע שאַפונגען, בפרט זיבן טאָני פּריזן, דריי גרעמי פּריזן, איין אָסקאַר, אין אינטערנאַציאָנאַלער עמי, זעקס אָליוויע פּריזן און איין גאָלדענער גלאָבוס.

פערזענליכע לעבן

לויד וועבער'ס צווייטער חתונה איז געווען מיט דער אַקטריסע און זינגערין שרה ברייטמאַן. זיי האָבן געגט זיך אין 1990. זיין דריטע און יעצטיקע ווייב איז מאַדלען גורדאָן. זיין יינגערער ברודער איז דער טשעליסט דזשוליען לויד וועבער. דעם 25סטן אָקטאָבער 2009 איז לויד וועבער דיאַגנאָזירט געוואָרן מיט די ערשטע עטאַפן פון פראָסטאַטע ראַק. ער האָט זיך געהיילט נאָך אַן אָפּעראַציע.

דרויסנדע לינקס


P vip.svg דער ארטיקל בנוגע ביאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!