רוי:עברונה

ווערסיע פון 12:31, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

 

Hyphaene thebaica, דום פּאַלמע אין עברונה שוצגעביט

עַבְרוֹנָה איז אַ שוצגעביט אין דרום ישראל. עברונה געפינט זיך אין מזרח נגב, בערך 15 ק.מ. אויף צפון פון אילת.

היסטאָריע

נאַטור

פלאַנצן

עברונה געפינט זיך אין מדברישער געביט און מחמת דעם זיינען ס׳רוב פלאַנצן רעפּרעזענטירט דורך טריקעניש־ און זאַלץ־טאָלערירנדיקע פאָרמען: צוויי זגאַלן פון אַקאַציען: Acacia tortilis און Acacia raddiana, בושן פון Suaeda asphaltica, Nitraria retusa, Alhagi graecorum, Atriplex halimus און אַנדערע. אין עברונה געפינט זיך אויך אַ גרופּע דום פּאַלמען (Hyphaene thebaica), פאַר וועלכער די שוצגעביט איז דער צפונדיקער עק פון אַרעאַל.

בעלי חיים

עברונה איז אַ היים פאַר איין פערטל פון דער ישראלישער פּאָפּולאַציע פון גאַזעל Gazella dorcas. צווישן אַנדערע זויג־חיות קען מען געפינען קיניגלעך, ווי אויך עטלעכע זגאַלן רויב־חיות: פוקסן, וועלף, קאַראַקאַל קעץ, היענעס. אַנדערע וויכטיקע עלעמענטן פון דער פאַונע זיינען פייגל, שרצים און כל מיני אינסעקטן.

אַרכעאָלאָגיע

אין די גרענעצן פון עברונה געפינען זיך עטלעכע אַרכעאָלאָגישע דענקמעלער. איינער פון זיי איז רעשטלעך פון אַ פאַרם פון דער אומייה תקופה מיט אונטערערדישע וואַסער קאַנאַלן, וואָס זיינען באַנוצט געוואָרן צו באַוואַסערן די סעדער.

נאַפט איבערפלייץ 2014

3-4 דעצעמבער 2014 האָט אין דער סביבה דורכגעריסן אַ נאַפט רער, וואָס איז אַ טייל פון דעם אילת־אשקלון נאַפט טראַנספּאָרט ליניע. ס׳איז אַרויסגעגאָסן געוואָרן אַן ערך 5 מלנ. טאָן נאַפט. אין עברונה האָט געליטן די צפונדיקע טייל, און מען האָט שוין אָפּגעשאַצט, אַז די נעגאַטיווע השפּעה אויף דער נאַטור זאָל זיין זייער אַ גרויסע. בשעת זויג־חיות און פייגל מיידן אויס די נאַפט לוזשעס, קליינע בעלי חיים זיינען ניט מסוגל זיי צו פאַרמיידן. איז אַפּשיטא, אַז די פלאַנצן זיינען נאָך אין גרעסערער סכנה, ווייל חוץ די אָפענע לוזשעס ס׳איז געוואָרן קאָנטאַמינירט אַ היפּשער שטח גרונט.

די מיטלען, וואָס ווערן פאַרווענדעט דורך דער אינסטאַנץ פאַר נאַטור און פּאַרקן, זיינען: אויספּאָמפּען די נאַפט לוזשעס און צו עוואַקואירן די איינגעשמוצטע באָדן.

וועב־לינקען

מוסטער:ביאלאגיע-שטומף