רוי:אינזעקט
אינזעקטן | ||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע | ||||||||
|
אינזעקטן זענען די גרויסע גרופּע פון אַרטראָפאָדן און די מערסט צושפּרייטע און פאַרשידענאַרטיקע גרופּע פון בעלי חיים אויף דער ערד, מיט איבער אַ מיליאָן שוין דעפענירטע זגאלן - מער פון אַלע אַנדערע בעלי חיים גרופּעס צוזאַמען.
אינזעקטן געפינען זיך כּמעט אין אַלע סביבות אויף דער פּלאַנעט, כאָטש בלויז אַ קליינער נומער פון זגאַלן געפינט זיך אינעם אָקעאַן וואוּ די קרעבסן פירן זיך צו געפינען דאָרטן מער אַנשטאָט אינזעקטן.
די גרעסטע גרופּעס פון אינזעקטן זענען די זשוקעס מיט 360,000 באַשריבענע זגאַלן, פלאטערלעך (170,000), פליגן און מאָסקיטן (120,000) און דער סדר פון בינען, וועספּן און מוראַשקעס (110,000).
די שאַצונגן פונעם כּוללדיקן נומער פון יעצטיקע אינזעקט זגאַלן, אַריינגערעכנט די דאָזיקע פאָרמען וואָס זענען נאָך נישט באַוואוסט פאַר דער וויסנשאַפט, לויפט פון צוויי מיליאָן ביז פופציג מיליאָן, מיט נייערע שטודיעס געבענדיק אַ קלענערען נומער פון בערך זעקס צו צען מיליאָן.
דערוואַקסענע מאָדערנע אינזעקטן ראַנגען אין גרויסקייט פון 0.139 מילימיטער מיימאריד וועספ צו אַ 55.5 סענטימיטער לאַנג שטעקן אינזעקט.
דער שווערסטער דאָקומענטירטער אינזעקט איז אַ גיגאַנטישע וועטאַ (ביי 70 גראםס), אָבער אַנדערע קאַנדידאַטן טוען אויך אריינרעכענען פאַרשידענע סאָרטן פון די גליזשוקעס.
די שטודיע פון אינזעקטן ווערט אַנגערופן אין וויסנשאַפט ענטאמאלאגיע.
זשוקעס
פלאטערלעך
פליגן און מאסקיטן
בינען, וועספן און מוראשקעס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!