רוי:סטענלי פישער

ווערסיע פון 10:41, 13 יאנואר 2014 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

מוסטער:נישט פארטיק

סטענלי פישער, נגיד בנק ישראל

פראפעסאר סטענלי פישער (שם קודש: שלמה בן פסח הכהן; ענגליש: Stanley Fischer; געב' דעם 15טן אקטאבער 1943) איז א ישראלדיק-אמעריקאנער עקאנאמיסט, וואס האט געדינט ווי אנפירער פונעם באנק פון ישראל אין די יארן 2005–2013. היינט האלט ער ביי ווערן אונטער־פארזיצער פונעם פעדעראלן רעזערוו. פישער ווערט גערעכנט אן אנזיכטיקער רעפרעזאנטיוו פון דער מאנעטאריסטישער לערע אין מאקרא-עקאנאמיק, און האט געשריבן א סך ביכער און ארטיקלען אויף דעם סוביעקט.

ביאגראפיע

פישער איז געבוירן געווארן צו א יידישער משפחה אין מאזאבוקע, צפון ראדעזיע (היינט זאמביע). ער האט געלערנט אין גימנאזיע אין דרום ראדעזיע (היינט זימבאבווע) און האט זיך אויסגעצייכנט אן פיזיק, מאטעמאטיק און כעמיע, אבער א פריינט פון דער משפחה האט אים געוואנדן צום געביט פון עקאנאמיק. ער האט שטודירט פאר אן ערשטן דיפלאם אין עקאנאמיק אין דער לאנדאנער שולע פון עקאנאמיק (LSE), אין די יארן 1962 ביז 1965. נאכהער איז ער געגאנגען ארבעטן א שטיק צייט אין ישראל, און ער איז צוריקגעמון קיין לאנדאן צו מאכן אן אייניעריקן דיפלאם פון 1965 ביז 1966. ער האט געמאכט זיין דאקטאראט אין עקאנאמיק אינעם מאסאטשוסעטס אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע (MIT), אין 1969.

ער האט געהייראט ראדא קיט, און זיי האבן דריי קינדער.

אקאדעמישע קאריערע

פישער האט געדינט ווי א לעקטאר (Assistant Professor) פאר עקאנאמיק אינעם אוניווערסיטעט פון שיקאגא ביז 1973, און פון דעמאלסט איז ער געווען פראפעסאר אין דעם דעפארטמענט פון עקאנאמיק אינעם מאסאטשוסעטס אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע. פראפ' פישער איז אויך א גאסט לעקטאר אינעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים און אינעם הואווער אנשטאלט אין סטאנפארד.

באנקירן

דעם 1טן מיי 2005 האט מען באשטימט פישער דעם אנפירער פון דער באנק פון ישראל. מיי 2011 האט זיך פישער קאנדידירט פארן אמט פון פארזיצער פונעם אינטערנאציאנאלן געלטפאנד, אבער ער איז געווארן דיסקוואליפיצירט צוליב זיין עלטער (א קאנדידאט טאר נישט זיין עלטער ווי 65, פישער איז אבער געווען אלט דעמאלסט 67).

וועבלינקען

רעפערענצן


מוסטער:אנפירער פונעם באנק פון ישראל