רוי:נעמאן

ווערסיע פון 09:56, 27 מאי 2020 דורך YI>פוילישער (WPCleaner v2.02 - טייך --> טייך/אלט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
נעמאַן
Neman river.jpg
דער נעמאן לעבן אליטע, ליטע
לענג 937 קילאמעטער
קוואל מינסק, בעלארוס
דרענאזש בעקן 98200 קוואדראט קילאמעטער
דורכשניטליכער אויסגאס

- ארט

616 קובישע מעטער א סעקונדע

קארונישע לאגונע, באלטישער ים (לעבן שילוטע)

לענדער אין דרענאזש בעקן בעלארוס, ליטע, רוסלאנד
Nemunas-en.png

דער נעמאַן אדער ניעמאַן (בעלארוסיש: Нёман‏ (נְיאָמאַן); ליטוויש: Nemunas; לעטיש: Nemuna; פויליש: Niemen; פרײסיש: Mīmeli; רוסיש: Неман,‏ (נעמען); דייטש: Memel (מעמל); זאמוטיש : Nemons) איז דער גרעסטער טייך אין ליטע, און דער דריט־גרעסטער אין בעלארוס.

דער שטראמט דורך א לענג פון 937 ק"מ, מיט אן אויסגאס פון 616 קובישע מעטער א סעקונדע.

ער קומט פון דעם צוזאמענפלוס פון צוויי קליינע בייטייכן עטלעכע 15 קילאמעטער דרום־מערב פון דעם שטעטל אוזדע אין צענטראל בעלארוס און פליסט דורך ליטע איידער ער גיסט ארויס דורך דער קארונישער לאגונע צום באלטישן ים נאנט צו מעמל. מוסטער:אייראפע-געא-שטומף