רוי:נארד ריין-וועסטפאליע
נאָרד רײן־װעסטפֿאַליע Nordrhein-Westfalen | |||||
| |||||
שפּראַכן | סטאַנדאַרט דײַטשיש, נידערדײטש | ||||
הויפּטשטאָט | דיסלדאָרף | ||||
גרינדונג דאַטום | 23סטן אױגוסט 1946 | ||||
שטח | 34,088.01 קוואַדראַט ק״מ | ||||
באַפעלקערונג צאָל | 17,845 | ||||
באַפעלקערונג געדיכטקייט | 523 איינוואוינערס אַ קוואַדראַט ק״ם | ||||
פרעמיער מיניסטער | האַנעלארע קראַפֿט | ||||
אָפיציעלער קאָד | DE-NW | ||||
וועב זייט | www.nrw.de |
נאָרד רײן־װעסטפֿאַליע, אדער צפון רײן־װעסטפֿאַליע (דייטש: Nordrhein-Westfalen, נידערדייטש: Noordrhien-Westfalen) איז אַ דײַטשלענדיש לאַנד, װאָס געפֿינט זיך אין מערבֿ־דײַטשלאַנד. די הױפּטשטאָט איז דיסלדאָרף. דאָס לאַנד האָט די גרעסטע באַפֿעלקערונג צװישן אלע דײַטשע לענדער מיט 17,878,000 אײַנװױנערס. דער שטח איז 34,088.01 ק״װ ק״ם: דאָס פֿיר־גרעסטע לאַנד, אָבער מײנסט געדיכט באַװױנט. דאָס לאַנד איז באַגרינדעט געװאָרן אין 1946 װי אַ סכום פֿון פֿריערדיקע פּרײסישע פּראָװינצן רײנלאַנד (נאָר די צפֿונדיקע טײל) און װעסטפֿאַליע.
באַפֿעלקערונג
דאָס האַרץ פֿונעם לאַנד איז די רור געגנט, װאָס איז מיט אירע 5,172,745 מיליאָן אײַנװױנערס די מערסטן באַפֿעלקערטע שטאָט־אַגלאָמעראַציע אין דײַטשלאַנד. פֿונדעסטװעגן, די צװײ גרעסטע שטעט קעלן (די פֿירט גרעסטע שטאָט אין דער מלוכה) און דיסלדאָרף (די הױפּטשטאָט) געהערן צו אירע אײגענע געביטן. די צען גרעסטע שטעט זענען די פֿאָלגנדיקע:
פּאָזיציע | נאָמען | באַפֿעלקערונג, צאָל 2010 | שטח, ק״װ ק״ם | געדיכטקײט, אַ ק״װ ק״ם |
---|---|---|---|---|
1 | קעלן | 1,000,660 | 405.15 | 2,470 |
2 | דיסלדאָרף | 586,564 | 217.01 | 2,703 |
3 | דאָרטמונד | 580,688 | 280.37 | 2,071 |
4 | עסן | 575,027 | 210.38 | 2,733 |
5 | דיסבורג | 501,564 | 232.81 | 2,154 |
6 | באָכום | 385,626 | 145.43 | 2,652 |
7 | װוּפּערטאַל | 359,237 | 168.37 | 2,134 |
8 | בילעפֿעלד | 326,925 | 257.83 | 1,268 |
9 | באָן | 312,818 | 141.22 | 2,215 |
10 | מינסטער | 270,868 | 302.91 | 894 |