רוי:נאהיט

ווערסיע פון 14:41, 8 דעצעמבער 2021 דורך YI>שבת שלום ומבורך
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
רעכטס: אייראפעישער מין, לינקס: בענגאלישער מין
Cicer arietinum noir

נאהיט (אדער ווייסע ארבעס העבריש; חומוס) איז א מין קטניות פון דער משפחה Fabaceae. דער פרי האט א סאך פראטעין. ער איז פון די ערשטע ירקות וואס זענען געווארן קולטיווירט, און מ'האט געטראפן שיריים דערפון אינעם מיטל מזרח וואס זענען אלט עטלעכע טויזנטער יאר.

יידישע מנהגים

אשכנזישע יידן עסן נאהיט פרייטיג צונאכט, בפרט ביי א שלום זכר. ס'איז אויך א מנהג צו עסן נאהיט פורים.[1]


רעפערענצן

  1. שו"ע אורח חיים תרצה סעיף ג, רמ"א: י"א שיש לאכול מאכל זרעונים בפורים, ובמגן אברהם: בלילה הראשונה