רוי:רבי משה ניישלאס

ווערסיע פון 00:04, 11 יאנואר 2022 דורך YI>זאנוויל
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

הרב משה ניישלאס (נפטר כ"ז אדר תשנ"ו) איז געווען דער רב פון שיכון סקווירא אין ניו יארק.

א זון פון ר' יעקב ניישלאס, ער איז געווען א רב אין סערדעהעל. ער איז געווען מקושר פאר רבי שלום אליעזר ראצפערטער.

ווען ער איז אנגעקומען אין די פאראייניקטע שטאטן מיט עטליכע תלמידים פון סערדאהעי האט ער געהאט א ישיבה אין וואודמיר (פון די פייוו טאונס) ניו יארק.

אין די כ"ה - כ"ו יאר'ן, איז ער געווען דער איינציגער היימישער מורה הוראה אין ראקלענד און האט שטארק געארבעט אז ק"ק בית ישראל וואס איז דעמאלט ג'ווען דאס "סענטראלע" בה"מ פאר בעה"ב זאל אויפנעמען א רב (הרב בערעל גרינבוים איז געזעסן אויבן אן אבער קיין מורה הוראה נישט געווען) אויך דער וויזשניץ מאנסי רבי וואס איז דעמאלט נאך געווען וויזשניצער רב אין אמעריקא איז שטארק צוגעשטאנען.

נאך דעם איז ער נתמנה געווארן פאר א רב פון שיכון סקווירא. ער האט שטארק געארבעט מין מסירות נפש אויף מקוואות און גמ"ח.

משפחה

זיינע קינדער זענען:

  • רבי יעקב
  • רבי יהודא אליעזר דוד, סערדעהלער רב און א דיין אין דער עדה החרדית, איידעם פון ר' בנימין ראבינאוויטש, משכנות הרועים רבי אין ירושלים
  • רבי ירמיה, איידעם פון טעמעשוואר רבי פון בני ברק
  • די ווייב פון דוד טווערסקי פון ראחמסטריווקא א"י
  • די ווייב פון רבי יהושע לייפער דער יושב ראש פון מכון עוז והדר
  • די ווייב פון שמואל גאלדמאן, זון פון ר' מרדכי פון זוויהל

וועבלינקען