רוי:רבי משה דוד טייטלבוים

ווערסיע פון 12:27, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רבי משה דוד טייטלבוים זצ"ל (ה'תרט"ו - כ"א אדר ב' ה'תרצ"ה), רב אין מאדיאר-לאפאש.

אפשטאם

רבי משה דוד איז געבוירן אין יאר ה'תרט"ו, צו זיין פאטער הרב ישראל יעקב יוקל טייטלבוים רב אין וואלאווע, א זון פון הרב שמואל טייטלבוים רב אין גארליץ, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים פון אוהעל דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת הענדל א טאכטער פון זיין פעטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.

רבנות

רבי משה דוד איז אויפגעצויגען געווארן ביי זיין זיידען דער ייטב לב, און איז געווען א תלמיד פון צאנזער רב. ווען רבי משה דוד האט געהייראט האט זיין אור-עלטער-שווער דער צאנזער רב זיך געשטעלט דערויף אז די חתונה זאל פארקומען אין צאנז.

רבי משה דוד האט געגעסען קעסט א יאר ביים צאנזער רב. אין יאר ה'תרמ"ב איז רבי משה דוד אויפגענומען געווארן רב אין מאדיאר-לאפאש, ער איז געווען דארט רב איבער פופציג יאר, און געפירט דארט א ישיבה פאר אומגעפער הונדערט בחורים.

הסתלקות

רבי משה דוד איז נפטר געווארן כ"א אדר ב' ה'תרצ"ה.

פאמיליע

רבי משה דוד האט געהייראט מרת חיה ( - י"ז תמוז ה'תרפ"ט), א טאכטער פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין דוקלא. זייערע קינדער:

  • הרב אביגדור טייטלבוים הי"ד, רב אין פיווניטשא און דיין אין צאנז. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב שלום האלבערשטאם רב אין פיעקלא, א זון פון הרב אהרן האלבערשטאם דער קרייזער רב.
  • הרב שמואל טייטלבוים הי"ד, יונגער רב אין קרעניץ.
  • מרת ביילא, די ווייב פון הרב אהרן גראס רב אין לאפאש.
  • ( [1] הרב אהרן טייטלבוים, רב אין קרעניץ).
  • ישראל יעקב יוקיל הי"ד... יקותיאל יהודה הי"ד.
  • די ווייב פון הרב אהרן גראס, רב אין לאפאש

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. א.ל.ג. אויך זרעא קדישא נאר בדרך אפשר