רוי:מצדה אויפן כרמל

ווערסיע פון 23:07, 4 אויגוסט 2013 דורך YI>Kolega2357 (ראָבאָט: ענדערן קאַטעגאָריע:צווייטער וועלט קריג צו קאַטעגאָריע:צווייטע וועלט מלחמה)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

פֿעסטונג אויפן כרמל איז געווען א פלאן, פון דער יידישער פירערשאפט אין פאלעסטינע, פון יאר 1942. דער פלאן רעכנט אריין חיפה, גליל און בערג ארום יזרעאל טאל, אלס באפעסטיגטע געגנטן, וואס אויב די ווערמאכט וועט איינעמען ארץ ישראל, וועלן די יידן געברענגט ווערן אהין, און פון דארט וועלן זיי דורכפירן גערילא אטאקעס קעגן דייטשן מיליטער.

דעם פלאן האבן אויסגעארבעט יצחק שדה און יוחנן רעטנער, וואס שפעטער זענען זיי געווען גענעראלן אין צה"ל. דער בריטישער מאנדאט האט געשטיצט דעם פלאן, וויבאלד ערווין ראמעל גענעראל פונעם דייטשן אפריקע קארפוס, האט זיך געפונען אין עגיפטן, און די בריטישע ארמיי האט עס אויפגעשטעלט אלס לעצטע דעפענסיווע ליניע, אויב ראמעל וועט אנקומען קיין פאלעסטינע.

בערנארד מאנטגאמערי, דער ענגלישער גענעראל, האט באזיגט צום סוף די קאמף אין על אלאמיין, איז דער פלאן אויסגערינען, און עס איז גארנישט פון דעם געווארן.

אין ישראל רופט מען עס אויך מיטן נאמען "200 טעג פון ציטער", אויפן נאמען פון א בוך, וואס מען האט געשריבן אויף דעם.

אין יאר 2006, האבן צוויי דייטשע היסטאריקער, געפונען דאקומענטן וואס צייכענען די דייטשע איינעמען, פון עגיפטן און ישראל, און זיי האבן אויפגעשטעלט עס.עס. איינזעץ גרופע עגיפטן, וואס איר ציל איז אומברענגען עגיפטישע און פאלעסטינע יידן, נאכן אריינקום פון די ארמיי, די גרופע האט זיך געוואלט באנוצן מיט לאקאלע איינוווינער, ווי זיי האבן געטון אין מערערע פלעצער אין אייראפע, און אין פאלעסטינע וואלט עס זיי גאנץ לייכט אנגעקומע, אויסצופירן מיט די אראבער. די עס עס גרופע איז געבליבן אין אטען, גריכנלאנד, וויבאלד די נאציס זענען קיינמאל נישט אנגעקומען.