רוי:רבי מנחם נחום טווערסקי (מאקאראוו)
רבי מנחם נחום טווערסקי זצ"ל (ה'תקס"ה - ז' תשרי ה'תרי"א), פון מאקאראוו.
אפשטאם
רבי נחום איז געבוירן אין יאר ה'תקס"ה, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת פייגא, א טאכטער פון הרב דוד לייקעס.
רבנות
נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תקצ"ז האט רבי נחום אנגעהויבן פירן זיין רעביסטעווע, אין דער שטאט מאקאראוו
הסתלקות
רבי נחום איז נפטר געווארן ז' תשרי ה'תרי"א, און ער ליגט אין מאקאראוו.
זיין פאמיליע
רבי נחום האט געהייראט מרת הינדא מאטיל א טאכטער פון הרב יוסף הורוויץ, פון טורטשין, א זון פון הרב יעקב יצחק פון לובלין, דער חוזה. זייערע קינדער:
- הרב יעקב יצחק טווערסקי ( - ל' ניסן ה'תרנ"ב), פון מאקאראוו. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב שמואל אבא שפירא, פון סלאוויטא, אן אייניקל פון רבי פנחס קאריצער. אייגינטימער פון דעם באקאנטן דריקעריי אין סלאוויטא.
- הרב משה מרדכי טווערסקי ( - כ' טבת ה'תר"ף), פון מאקאראוו, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב יהושע רוקח (ה'תקפ"ה - כ"ג שבט ה'תרנ"ד), רב אין בעלזא.
- הרב דוד טווערסקי ( - כ"ד חשוון ה'תרס"ג), פון מאקאראוו, ער האט געהייראט מרת פייגא א טאכטער פון הרב אברהם טווערסקי (ה'תקס"ו - ב' תמוז ה'תרמ"ט), פון טוריסק.
- הרב ישעיה טווערסקי ( - כ"ב חשוון ה'תר"ף), פון מאקאראוו, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב חיים מנחם העשל פון זשינקאוו.
- מרת חיה, די ווייב בזיווג ראשון פון הרב ברוך מאיר טווערסקי ( - ה' אייר ה'תרע"א), פון זארינץ.
- מרת חיה, די ווייב פון הרב אשר פון סטאלין ( - ט"ו מנחם אב ה'תרל"ג). זי איז נפטר געווארן ביים געבורט פון איר טאכטער:
- מרת שיינא צביא די ווייב פון הרב צבי אריה לאנדא ( - י"א תשרי ה'תקע"ב), פון אליק
- מרת אדל, די ווייב פון הרב מרדכי מרגליות, פון דוסיבאר, א זון פון הרב מנחם נחום מרגליות רב אין מאציעוו.