רוי:מלכות יהודה

ווערסיע פון 05:45, 20 אקטאבער 2021 דורך 46.19.85.123 (שמועס)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
ממלכת יהודה

מלכות יהודה איז געווען די מלוכה פון די שבטים: יהודה, בנימין און האלב לוי. עס האט געהייסן לויט שבט יהודה וויבאלד דאס איז געווען די גרעסערע שבט צווישן זיי.

מלכות יהודה איז געווען אין דרום זייט פון ארץ ישראל פון גבע ביז באר שבע, ווען איר הויפטשטאט איז געווען ירושלים. מלכות יהודה איז געשטאנען 389 יאר אויף א פלאך פון 8,900 קילא מעטער.

מלכות יהודה איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר ב'תתל"ב. 80 יאר ביז דאן זיינען אלע שבטים געווען אייניק אונטער איין מלוכה, אונטער בית דוד, אבער נאך וואס שלמה המלך איז געשטארבן, און זיין זון רחבעם איז געווארן קעניג וואס האט ארויפגעלייגט הויכע שטייער אויף די עשרת השבטים און נישט אויף זיין אייגן שבט יהודה, האבן די עשרת השבטים און בראשם ירבעם בן נבט באשטימט זיך אפצוטיילן פון דער שטאמבוים פון בית דוד און מאכן אן אייגענע מלוכה "מלכות ישראל".

אין ספר מלכים שטייט, אז געוויסע קעניגן פון מלכות יהודה זיינען געווען וווֹיל און האבן געדינט גאט ווי עס דארף צו זיין, זיי האבן געדינט גאט אין בית המקדש אין ירושלים. אבער געוויסע קעניגן זיינען געווען שלעכט און האבן געדינט עבודה זרה און צעשפרייט די מזבחות.

מלכות יהודה האט גולה געווען אום ג'קע"ד, נאכער האבן זיי זיך צוריק געקערט קיין ארץ ישראל אונטער פערסישע קאנטראל, און האבן אויפגעבויעט דער צווייטער בית המקדש.

מלכות בית דוד

יעקב אבינו האט נבואה געזאגט אין לעצטן טאג פון זיין לעבן, לא יסור שבט מיהודה, אז די הערשאפט וועט זיך קיינמאל נישט אפטוהן פון שבט יהודה. יארן שפעטער האט גאט פארשפראכן פאר דוד המלך, אזויווי עס שטייט אין תנ"ך, אז די מלוכה וועט שטענדיג פארבלייבן ביי זיינע קינדער. אפילו זיי וועלן נישט ממשיך זיין צו גיין אין גאט'ס וועגן, וועט זיי גאט טאקע שטראפן אויף זייערע זינד אבער וועט נישט אוועקנעמען די מלוכה פון זיי. דאס הייסט, אז אפילו עס וועלן זיין קעניגן פון אנדערע שבטים וועלכע וועלן הערשן אויפן פאלק ישראל, וועט אבער שטענדיג פארבלייבן א שטיקל מלוכה אדער עפעס א הערשערישע מאכט ביי די אייניקלעך פון דוד המלך.

דערפאר, נאכן טויט פון שלמה המלך ווען די מערהייט פון די שבטים האבן זיך אפגעריסן פון די מלוכה פון זיין זון רחבעם און זיך אנגעשלאסן אין דער מלוכה פון ירבעם בן נבט אלס מלכות ישראל, איז נאך פארט פארבליבן א קליינער טייל פון די שבטים אונטער מלכות בית דוד. און אזוי איז עס פארבליבן דוראויס די יארן פון דער ערשטער בית המקדש, ווען אינצווישן זענען אלע שבטים פון מלכות ישראל פארטריבן געווארן פון ארץ ישראל דורך סנחריב מלך אשור, אזוי איז דער מלכות יהודה, די מלוכה פון בית דוד, פארבליבן אלס דער איינציגער יידישער מלוכה אין ארץ ישראל ביזן חורבן ירושלים און דער ערשטער בית המקדש.

זינט דאן האבן די אייניקלעך פון בית דוד זיך קיינמאל נישט צוריקגעקערט צו א פולשטענדיגע און פולקאמע מלוכה אויפן יידישן פאלק. אבער דאך זענען זיי געווען אקטיוו אלס פארשידענע סארטן הערשער מיט א געוויסן אויטאריטעט, טייל אפילו קעניגליכע, דורכאויס די יארן פון דער יידישע היסטאריע. פאלגענד איז א ליסטע פון די פארשידענארטיגע הערשאפטן פון בית דוד נאכן חורבן פון ערשטן בית המקדש.

• די שושלת פון די נשיאים אנגעהויבן פון הלל הזקן
• בן כוזיבא (בר כוכבא) אין ביתר
• די ריש גלותא דינאסטיע אין בבל
• בוסתנאי אין פערסיע און אראביע


מוסטער:מלכות יהודה