רוי:מיהאליפאלווא
|
מיהאַליפֿאַלוואַ אדער מיהייפֿאַלוואַ (רומעניש: Valea lui Mihai; אונגאַריש: Érmihályfalva) איז א שטעטל אין קרייז ביהאר, מערב זיבנבערגן, רומעניע, וואס געפינט זיך 66 ק"מ צפון־מזרח פון דער שטאט גרויסווארדיין, און 9 ק״מ פונעם גרענעץ מיט אונגארן.
היסטאריע
דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1312, אונטער דעם קעניג קארל דער ערשטער. שפעטער איז עס געווען א טייל פון דער אטאמאנישער אימפעריע און די באפעלקערונג האבן פארלאזט דאס שטעטל. ווען עס איז געקומען אונטער דער האפסבורגער מאנארכיע זענען די איינוואוינער צוריק געקומען. נאך 1867 איז מיהאַליפֿאַלוואַ געווען אינעם קעניגרייך פון אונגארן. זייט 1920 איז עס א שטעטל אין רומעניע.
באפעלקערונג
ביים צענזוס פון 2011 האבן געוואוינט 9,668 מענשטן אינעם שטעטל.
יידישע היסטאריע
גאליציאנער יידן האבן זיך באזעצט אין מיהאליפאלווא אין 1780 און האבן זיך באשעפטיקט מיט לאנדווירטשאפט און האנדל. דאס שטעטל איז געווען דער צענטער פון יידיש לעבן פאר די ארומיקע שטעטלעך און זידלונגען. בערך אין תק״ף האט מען אנגעהויבן בויען א שול. די ערשטע פירער פון דער שול זענען געווען סענדער ראזנבערג, יעקב ראזנפעלד, יצחק פעלדמאן און מענדל עסטרייכער.[1]
רבנים
דער ערשטער רב איז געווען הרב צבי ראזנבערג, פון תקע״ה ביז זיין פטירה ט׳ כסלו תרצ״ג. ער האט געהאט א זון משה יוחנן (נפטר ד׳ אדר תק״ח) און צוויי טעכטער: הענדל די ווייב פון דוד וואלנער,און פייגא, די ווייב פון הרב בנימין שיינפעלד.
אין תקצ״ח האט מען באשטימט הרב שלמה זלמן מינצענט רב, ביז זיין פטירה ז׳ טבת תקכ״ט. זיין נאכפאלגער איז געווען הרב ישעיה הכהן רובין, מחבר פון ״עטרת ישעיה״, וואס איז געווען שטאטס רב מער ווי צוואנציג יאר, פון תרכ״ט ביז זיין פטירה י״ז תשרי תרנ״ב.
אין תקנ״ב האט מען באשטימט אלס רב הרב משה יוחנן שיינפעלד (געב׳ תק״ט), זון פון הרב בנימין שיינפעלד און מחבר פון ״נחלי מים״. ער איז געווען רב ביז תרע״ג. ער האט געהייראט שרה, טאכטער פון הרב מרדכי מארקל פון מיקאלא. צוויי פון זייערע זון האבן געדינט אלס רב: הרב אברהם און הרב בנימין. נאך א זון, הרב יקותיאל יהודה, איז געווען דיין אין ראצפערט. זייער טאכטער טושענא איז געווען די ווייב פון הרב משה סופר, ערלויער דיין.[2]. הרב משה סופר איז געווען דער פאטער פונעם ערלויער רב אין ירושלים, רבי יוחנן סופר.
רבי אלימלך שיף און רבי בן ציון שיף, פון דער ליזשענסקער דינאסטיע, האבן געפירט רעביסטעוועס אין מיהאליפאלווע.
באפעלקערונג
די יידישע באפעלקערונג איז געווען 492 (אין 1877) און 1,430 (אין 1930).[3]
רעפערענצן