רוי:מזרח פריזישע אינזלען

ווערסיע פון 13:35, 20 מאי 2020 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

מאפע פון די מזרח פריזישע אינזלען

די מזרח פריזישע אינזלען (דייטש: Ostfriesische Inseln) זענען א קייט פון אינזלען אינעם צפון ים, לעבן דעם בארטן פון מזרח פריזיע אין נידער־זאַקסן אין דייטשלאנד.

די זיבן באפעלקערט אינזלען זענען (פון מערב צו מזרח):

  • בארקום
  • יואיסט
  • נארדערני
  • באַלטרום
  • לאַנגעאג
  • ספיקעראג
  • וואַנגעראגע

עס זענען דא נאך אינזלען וואס זענען נישט באפעלקערט.

צווישן די אינזלען זענען נישט פאראן קיין בריקן, און אויך נישט צווישן די אינזלען און דער יבשה. מען קען צוקומען צו די אינזלען נאר מיט א פראם.

אין בארקום און נארדערני זענען דא אויטאמאבילן, אבער נישט אין די אנדערע אינזלען.