רוי:רבי מאיר הלוי ראטנבערג

ווערסיע פון 10:35, 14 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q7215146 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי מאיר הלוי ראטנבערג פון אפטא (ה'תק"ך - כ"ה תמוז ה'תקצ"א) איז געווען א רבי פון חסידים און אב"ד אין דער שטאט אפטא אין קאנגרעס פוילן. פון אים שטאמט די אפטער רביס.

ביאגראפיע

רבי מאיר הלוי איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער רבי שמואל סג"ל הלוי ראטנבערג, אן אייניקל פונעם של"ה, און צו זיין מוטער פייגא אן אייניקל פונעם ש"ך. יונגערהייט איז ער געווארן פאר'יתומ'ט פון זיין פאטער, און זיין מוטער האט אים געהאדעוועט אליין.

ער האט געלערנט אין דער ישיבה פון רבי אברהם יצחק הכהן כ"ץ, מחבר פונעם ספר "כתר כהונה" און אב"ד אין סטאפניץ און פינטשעוו. שפעטער איז ער געפארן צום חוזה פון לובלין און ער איז געווארן פון זיינע פעסטע חסידים.

רבנות

ווען הרב אברהם יהושע העשיל האט פארלאזט דאס אפטער רבנות אין תקס"ח, האט רבי מאיר איבערגענומען די שטעלע, וואס ער האט געהאלטן ביז זיין לעצטן טאג אין תקצ"א.

שבת פרשת פינחס תקע"ה איז ר' מאיר'ל געפארן קיין לובלין צום חוזה. יענעם שבת האט דער חוזה נישט עולה געווען לוי אליין, נאר געגעבן די עליה צו רבי מאיר'ל. דעם בעל קורא האט דער חוזה געהייסן לייענען די פרשה פון לוי ביז דער פרשה "יפקד ד' אלקי הרוחות לכל בשר". מיט דעם האט ער באשטימט ר' מאיר'ל פאר זיין נאכפאלגער און טאקע צוויי וואכן שפעטער איז דער חוזה נסתלק געווען.[1]

רבי מאיר האט זיך שטארק דערקעגנט צו דער פרשיסכער שיטה.

משפחה

רבי מאיר איז געווען אן איידעם ביי רבי אהרן "נסתר".זייערע קינדער:

  • רבי ישראל פון סטאשעוו (נפ' ה' תמוז תר"ב)
  • רבי פינחס פון אפטא (נפ' תקצ"ז) איידעם ביי רבי חיים יעקב שטראם אב"ד דוקלא. ממלא מקום פון זיין פאטער אין אפטא.
  • די ווייב פון רבי מנחם מענדל רובין פון גלאגאוו (נפ' תרל"ה)
  • די ווייב פון הרב לייבוש נייהויז פון טאמאשאוו, זון פון רבי יוסף קעזיס פון חעלמא
  • די ווייב פון הר"ר קאפל, זון פונעם חוזה'ס שוועסטער

פון זיינע תורות

רבי יצחק אייזיק ווייס, רב פון סוואליאווע האט געזאגט: איך האב געהערט פונעם סטאפניצער צדיק (רבי מאיר הלוי ראטנבערג) אז איינער וואס שערט זיינע נעגעלעך ערב שבת און איז מעביר סדרה דווקא ערב שבת פאר חצות, איז ער פארזיכערט נישט קומען צו קיין הארבע עבירות א גאנצע וואך.[2]

ספרים

זיינע תורות זענען געדרוקט אינעם ספר אור לשמים און אין קהל צדיקים

רעפערענצן

  1. ירבה תורה ח"ב, געברענגט אין מוסטער:שבת בשבתו
  2. דברי יצחק אות לד, געברענגט אין מוסטער:שבת בשבתו

מוסטער:רב-שטומף מוסטער:חסידות־שטומף