רוי:ליז טראס

ווערסיע פון 19:33, 15 נאוועמבער 2022 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

ליז טראס
56'טער פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך
6 סעפטעמבער 202224 אקטאבער 2022
מאנארך עליזאבעט די צווייטע
אויסערן מיניסטער
15 סעפטעמבער 20216 סעפטעמבער 2022
מאנארך עליזאבעט די צווייטע
קאמאנס דעפוטאט פאר דרום-מערב נארפֿאלק


מערי עליזאַבעט ״ליז״ טראַס (געבוירן 26סטן יולי 1975),[1] איז א בריטישע פאליטיקערין וואס האט געדינט ווי דער 56סטער פרעמיער מיניסטארקע פונעם פאראייניגטע קעניגרייך און פֿירערין פון דער קאנסערוואטיוון פארטיי פונעם 5טן סעפטעמער 2022 ביזן 24סטן אקטאבער 2022. זי איז געוויילט געווארן צום אמט נאך ווען באריס זשאנסאן האט זיך אפגעזאגט פונעם אמט.

נאך 50 טעג אלס פרעמיער מיניסטער האט רישי סונאק איבערגענומען דעם אמט; זי האט געדינט דעם קלענסטן קאדענץ פון א פרעמיער מיניסטער אין דער בריטישער היסטאריע.

זי זיצט אין פארלאמענט אלס דעפוטאט (MP) פֿאר דרום-מערב נארפֿאלק זייט 2010.

זי איז פֿריער געווען הויפט-סעקרעטאר פֿארן קאנצעלעריי פֿון 2017 צו 2019[2] און שטאַטס סעקרעטאר פֿאר אויסערן, קאמאנוועלט און אַנטוויקלונג ענינים (אויסערן מיניסטער) פון סעפטעמבער 2021 אין באריס זשאנסאנ׳ס קאבינעט.[3]

יוגנט

מערי עליזאַבעט טראַס איז געבוירן אום 26סטן יולי 1975 אין אָקספֿאָרד, ענגלאַנד, צו דזשאן קענעט און פריסילא מערי טראס ( געבוירן גראַסבי).[4] [5] פֿון אַ פֿרי עלטער, איז זי געווען באקאנט מיט איר מיטלען נאָמען.[6] איר פֿאטער האט געארבעט ביים אוניווערסיטעט פון לידז, בשעת איר מוטער איז געווען אַ ניאַניע און א לערערקע.[7] [8]

די משפחה האט זיך אריבערגעצויגן קיין פייזלי, רענפֿרושיר אין סקאָטלאַנד ווען זי איז געווען פֿיר יאר אַלט, און האט געוואוינט דאָרט פון 1979 ביז 1985.[9] זי האָט געלערנט אינעם אוניווערסיטעט פון אָקספֿאָרד .

פּאַרלאַמענטאַרע קאַריערע

טראַס איז געוויילט געווארן אין פּאַרלאַמענט ביי די 2010 אַלגעמיינע וואַלן פֿאָרצושטעלן דרום מערב נאָרפֿאָלק .

אום 4טן סעפטעמבער 2012, איז טראַס געווארן באַשטימט פאַרלאַמענטאַרער אונטער-סעקרעטאַר פון שטאַט ביים דעפאַרטמענט פֿאַר בילדונג.[10] אין דער דאַזיגער ראָלע, האט זי אַנטוויקלט עטלעכע פּאָליטיק געביטן וואָס זי האט נאָכגעפֿאלגט אַלס באַקבענטשער.

אין יולי 2016, האט מען באַשטימט טראַַס שטאַט־סעקרעטאַר פֿאַר יוסטיץ און לארד קאַנצלער אינעם ערשטן מיניסטעריום פון טערעזאַ מיי. טראַס איז געווארן די ערשטע פֿרוי צו האַלטן סיי פֿון די שטעלעס און דער ערשטער ווייַבלעכער לארד קאַנצלער אין דער טויזנט-יעריגער געשיכטע פון דעם אַמט.[11] [12]

נאָך ווען באָריס זשאנסאן איז געווארן פרעמיער מיניסטער, האט מען געזען טראַס ווי אַ קאַנדידאַט פֿאַר אַ וויכטיקער קאַבינעט ראָלע צוליב איר שטיץ פון זשאנסאן ביי די 2019 פֿירערשאַפט וואַלן.[13] זי איז געווארן זשאנסאן'ס שטאַט־סעקרעטאר פֿאר אינטערנאציאנאלן האַנדל און פרעזידענט פון דער בארד פון האנדל.[3]

2022 קאָנסערוואַטיוון פארטיי פֿירערשאַפֿט וואַלן

פרעמיער מיניסטער פונעפ פֿאראייניגטן קעניגרייך

אום 6טן סעפטעמבער 2022, איין טאָג נאָך זי איז געווארן פירער פון דער קאָנסערוואַטיוון פארטיי, איז טראס געווארן באשטימט פּרעמיער מיניסטער דורך קעניגין עליזאַבעט די צווייטע.[14]

פערזענלעך לעבן

אין 2000 האט טראַס געהייראט אדיטאר היו אָ'לירי.[15] זיי האָבן צוויי קינדער.

רעפערענצן

  1. McSmith, Andy (‏18 July 2014). "Liz Truss: Conqueror of the Turnip Taliban", The Independent. 
  2. Fuller, Calum (‏12 יוני 2017). "Liz Truss handed Treasury role as Gauke joins DWP", Accountancy Daily. 
  3. 3.0 3.1 Norfolk MP Liz Truss made international trade secretary. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טאג; נאמען "edp2019" דעפינירט מערערע מאל מיט אנדער אינהאלט
  4. McSmith, Andy (‏18 יולי 2014). "Liz Truss: Conqueror of the Turnip Taliban", The Independent. 
  5. BMD. FreeBMD.
  6. Belam, Martin (‏29 יולי 2022). "Loves cheese, hates her first name: 10 things you may not know about Liz Truss", The Guardian. 
  7. "Liz Truss's Dad is said to be 'distraught' by his daughter's own policies", Indy100 (1 אויגוסט 2022). 
  8. "Profile: Elizabeth Truss", The Sunday Times (8 נאוועמבער 2009). 
  9. Liz Truss went to school in Paisley. Would that make her a better PM for Scotland? (‏19 יולי 2022).
  10. Parliamentary Under Secretary of State for Education and Childcare: Elizabeth Truss MP.
  11. Bowcott, Owen (‏21 July 2016). "Liz Truss sworn in as first ever female lord chancellor", The Guardian. 
  12. Riley-Smith, Ben (‏1 אקטאבער 2016). "Legal firms pursuing troops is outrageous, says Liz Truss", The Telegraph. 
  13. Bush, Stephen (‏21-27 February 2020). "Boris Johnson may end up defined by his Henry VIII-style search for the perfect chancellor", New Statesman. 
  14. Wingate, Sophie (5 סעפטעמבער 2022). Liz Truss to become UK's third female prime minister. The Independent. דערגרייכט דעם 5 סעפטעמבער 2022.
  15. Hugh O’Leary: Who is Liz Truss’s husband and the country’s next first man? (en-GB).

מוסטער:פרעמיער מיניסטארן פונעם פאראייניקטן קעניגרייך