רוי:לודוויג בערנע
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "לודוויג בערנע".
לודװיג בערנע (דייטשיש: Karl Ludwig Börne) (1785 אין פֿראנקפֿורט - 1837 אין פּאַריז) איז געווען אַ שריפֿטשטעלער און דענקער און פֿרייהײטס־קעמפֿער אין דײטשלאנד. ער האָט געשטאַמט פֿון ײדן, געהײסן אַלס ײד „לײב ברוך”.
ער האָט געמוזט אַנטלױפֿן פֿון דײטשלאַנד קיין פאריז. צוזאַמען מיט הײנע געשאַפֿן דעם דײטשן פֿעליעטאָן.
אין זײנע שריפֿטן און צײטונגס־אַרטיקלען האָט ער געפֿירט אַ שטאַרק קאַמף קעגן רעאַקציע און אַנטיסעמיטיזם. באַקאַנט זענען זײנע „בריװ פֿון פּאַריז” און אַנדערע װערק, װעלכע זענען ערשינען אין דער זאַמלונג „נאכגעלאסענע שריפֿטן” הײנע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט קעגן אים די פּאָלעמיק „בריװ איבער בערנע.”
קוואַלן
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „בערנע, לודוויג” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 1) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.