רוי:לודוויג בערנע

ווערסיע פון 12:17, 4 מערץ 2022 דורך YI>Deborahjay (גרונטסארטיר)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

פארטרעט פון לודוויג בערנע.

לודװיג בערנע (דייטשיש: Karl Ludwig Börne) (1785 אין פֿראנקפֿורט - 1837 אין פּאַריז) איז געווען אַ שריפֿטשטעלער און דענקער און פֿרייהײטס־קעמפֿער אין דײטשלאנד. ער האָט געשטאַמט פֿון ײדן, געהײסן אַלס ײד „לײב ברוך”.

ער האָט געמוזט אַנטלױפֿן פֿון דײטשלאַנד קיין פאריז. צוזאַמען מיט הײנע געשאַפֿן דעם דײטשן פֿעליעטאָן.

אין זײנע שריפֿטן און צײטונגס־אַרטיקלען האָט ער געפֿירט אַ שטאַרק קאַמף קעגן רעאַקציע און אַנטיסעמיטיזם. באַקאַנט זענען זײנע „בריװ פֿון פּאַריז” און אַנדערע װערק, װעלכע זענען ערשינען אין דער זאַמלונג „נאכגעלאסענע שריפֿטן” הײנע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט קעגן אים די פּאָלעמיק „בריװ איבער בערנע.”


קוואַלן