רוי:רבי ישראל יעקב יוקיל טייטלבוים
רבי ישראל יעקב יוקיל טייטלבוים זצ"ל (ה'ת"ר - ט"ו אלול ה'תרפ"ד), רב אין וואלאווע.
אפשטאם
רבי יוקיל איז געבוירן און יאר ה'ת"ר, צו זיין פאטער הרב שמואל טייטלבוים רב אין גארליץ, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב מנחם מענדל הורוויץ פון סקאהל, אן אייניקל פון רבי מענדלע לינסקער.
רבנות
נאך זיין חתונה האט רבי יוקיל געגעסען קעסט ביי זיין שווער צוויי יאר אין גארליץ, און נאכהער צוויי יאר אין סיגעט. אין יאר ה'תרכ"ב איז רבי יוקיל אויפגענומען געווארן רב אין בערבעשט.
אין יאר ה'תרמ"ט איז רבי יוקיל אריבער קיין גארליץ איבערצונעמען זיין פאטער'ס ארט, אבער ס'האט דארט אויסגעבראכען א שווערע קאמף צווישען רבי יוקיל אין זיין שוואגער רבי ברוך'ל איבער דעם גארליצער רבנות, מ'האט געזעצט א בוררות ביי וועלכען רבי שמואל ענגיל האט ארויס געגעבען זיין פסק אז די געמיינדע דארף באשליסן וועמען זיי ווילען אויפנעמען, וויבאלד ביידע האבן רעכט צו בלייבן אין גארליץ.
אין יאר ה'תרנ"ד איז רבי יוקיל אויפגענומען געווארן רב אין וואלאווע.
הסתלקות
פאמיליע
אין יאר ה'תרי"ד האט רבי יאקיל געהייראט מרת הענדל ( - ג' אלול ה'תרפ"ד) א טאכטער פון זיין פעטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב. זייערע קינדער:
- הרב משה דוד טייטלבוים (ה'תרט"ו - כ"א אדר ב' ה'תרצ"ה), רב אין מאדיאר-לאפאש
- הרב נפתלי טייטלבוים ( - ג' אלול ה'תרח"ץ), רב אין נירבאטור.
- הרב יצחק טייטלבוים הי"ד ( - ג' אב ה'תש"ב), פון ריישא. ער האט געהייראט מרת ביילא הענא ( - י"ג טבת ה'תרפ"ח), א טאכטער פון הרב יהודה ליעבער פון בלאזשאוו. זייערע קינדער:
- מרת נחמה הי"ד, די ווייב פון הרב מרדכי גאלד הי"ד. זייערע קינדער:
- חנה הי"ד... טויבא הי"ד... חיים הי"ד... הענדל הי"ד.
- הרב מנחם מענדל טייטלבוים ( - ), פון ירושלים.
- הרב שאול טייטלבוים הי"ד, פון האלמין.
- מרת חיה הי"ד.
- מרת רויזא בלימא.
- מרת רויזא בלימא ( - כ"א אלול ה'תרצ"ו), די ווייב פון הרב רפאל גרויס ( - כ"ט טבת ה'תרע"ז), רב אין בערבעשט.
- מרת דבורה, די ווייב פון הרב אריה לייביש מרדכי האלבערשטאם (ה'תרל"ב (אומגעפער) – כ"ז חשוון ה'תרצ"א), פון שינאווא.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר