רוי:יצחק ראבין

ווערסיע פון 12:20, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
יצחק ראבין
ווייב לאה ראבין
5'טער פרעמיער מיניסטער פון ישראל (ערשטער קאדענץ)
19741977
5'טער פרעמיער מיניסטער פון ישראל (צווייטער קאדענץ)
13 יולי 19924 נאוועמבער 1995
10'טער פארטיידיקונגס-מיניסטער
13 סעפטעמבער 198415 מערץ 1990
13 יולי 19924 נאוועמבער 1995

יצחק ראַבין (א' אדר תרפ"ב - י"ב חשוון תשנ"ו, 1טן מערץ 1922 - 4טן נאוועמבער 1995) איז געווען דער פינפטער פּרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל. ער איז דערמארדעט געווארן י"ב חשוון ה'תשנ"ו דורך יגאל עמיר.

זיינע יונגע יארן

געבוירן אין אלטשטאט ירושלים, צו זיין פאטער נחמיה און מוטער רויזא, שפעטער האט זיין פאמיליע זיך אריבערגעצויגן קיין חיפה, און נאכדעם קיין תל אביב.

אין 1937, האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער כדורי אגריקולטורער שולע, אבער די שולע האט זיך פארמאכט צייטווייליג, וועגן מאורעות תרצ"ו - תרצ"ט, און ער איז איינגעשטאנען אין גינוסר ביי זיין פריינט יגאל אלון, דעמאלט האט ער געהאט א 10 טעג קורס אינעם הגנה.

אין 1940 האט ער געענדיקט לערנען, און ער האט באקומען אן אויסצייכענונג, אויך האט ער געקריגן א סובסידיע צו לערנען וואסער־אינזשעניריע אין בערקלי אוניווערסיטעט, אין קאליפארניע. אבער וויבאלד די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן, האט ער נישט געקענט גיין לערנען.

אין מיליטער

אין 1941, איז ער געווען פון די ערשטע זיך אנצושליסן אינעם פלמ"ח, ער איז געווארן א קאמאנדיר, אין אפיצירן קורס. אין 1946 איז ער שוין געווען קאמאנדיר פונעם צווייטן באטאליאן. אין 1947 איז ער געווען אפעראציע אפיציר פונעם פלמ"ח. אין אפריל 1948 איז ער געווארן קאמאנדיר פונעם הראל בריגאדע, וואס האט זיך געפונען אינעם ירושלים קארידאר, און אינעם שטאט, ביים מלחמת השחרור. ביים ערשטן וואפן שטילשטאנד, איז ער געווען קאמאנדיר אין תל אביב, און ער איז געווען פאראנטווארטליך אויפן זינקען פון דער אלטאלענא שיף, וואס די אצ"ל האט געברענגט. ער האט געדינט אלס אפעראציע אפיציר פון צענטראלן פראנט, און שפעטער פון דרום פראנט. ער איז געווען ביים וואפן שטילשטאנד געשפרעכן מיט עגיפטן, אין ראדוס. ער איז צוריק קיין ישראל, צו אנפירן מיט דער אפעראציע פון איינעמען אילת. ער איז אויך געווען קאמאנדיר פונעם דרום פראנט, משה דיין האט אים איבערגענומען נאך צוויי חדשים.

נאכן זעלבשטענדיקייט קריג

ער איז געווארן קאמאנדיר פונעם צפון פראנט, צווישן 1956, און 1959. נאכדעם איז ער געווען קאמאנדיר פונעם אויסשפיר דינסט, און צווייטע צום שעף פון גענעראל שטאב. אין 1963 איז ער געווארן שעף, ער איז געווען דער זיבעטער שעף. וואס ער האט אנגעהאלטן ביז 1968. א יאר נאכן זעקס טאג קריג, ביים ווארטן פעריאד,האט ער געהאט א נערווען בראך, פון דרוק וואס איז געווען צופיל אויף זיינע פלייצעס.

פאליטיק

ער איז געווען אמבאסאדאר אין וואשינגטאן פינף יאר. ביי דער יום כיפור מלחמה, האט ער נישט טייל גענומען. אין די וואלן 1973, איז אריין אינעם כנסת. און ווען גאלדא מאיר האט רעזיגנירט, איז ער געווארן פרעמיער מיניסטער, וואס ער האט אנגעהאלטן ביז 1977. ער האט געגעבן די פארארדענונג צום ענטעבע אפעראציע, אבער זיין רעגירונג האט געהאט אסאך פראבלעמען, ווייל ער האט זיך א גאנצע צייט, ארומגעריסן מיט שמעון פערעס. און נאכדעם האט ער געמוזט רעזיגנירן ווען א חשבון פון דאלארן פון זיין ווייב, (דעמאלט איז געווען אומלעגאל צו האבן באנק קאנטעס, אין פרעמדע וואלוטעס, און אין אנדערע לענדער).

ער האט געשטיצט די קריסטן ביים לבנון ברודער קריג, מיט א פאליסי "אונז וועלן העלפן די קריסטן אז זיי זאלן זיך אליין העלפן", א פאליסי וואס איז געטוישט געווארן דורך זיין נאכפאלגער, מנחם בעגין, וואס האט אפן ארויסגעהאלפן די קריסטן,

ביז 1984 איז ער געווען אין אפאזיציע. און יענע יאר ביי די וואלן, איז געווען א פאראייניקטע רעגירונג מיט א ראטאציע, און ער איז געווען פארטיידיגונגס מיניסטער, ביז 1988.

ביי די וואלן פון 1988, איז נאכאמאל געווען ראטאציע, און ער איז ווייטער געווען פארטיידיגונגס מיניסטער. אין 1990 נאכן "שמוציגע פרווו", האט יצחק שמיר ארויסגעווארפן די עבודה, און ראבין איז געבליבן אינדרויסן.

בזמן יצחק רבין איז געווען אין רעגירונג, האָט ער געגעבן גרויסע פינאַנציעלע בודזשעטן פאַר דער וועלט פון תורה און ישיבות און לימוד תורה אין ארץ ישראל.

צווייטע מאל פרעמיער

ער האט געווינען אין די 1992 וואלן, און האט אנגעהויבן פירן שלום געשפרעכן מיט סיריע און מיט יאסיר אראפאט, וואס האט שפעטער געפירט צום אסלא אפמאך. ער האט באקומען פארדעם די נאבעל פרעמיע פאר שלום. אין 1994 האט ער אונטערגעשריבן א שלום אפמאך מיט כוסיין קעניג פון יארדאניע.

אומגעברענגט

אום 4טן נאוועמבער 1995, איז ער אומגעברענגט געווארן דורך יגאל עמיר, אין ככר מלכי ישראל, וואס שפעטער האט מען עס געטוישט צו ככר רבין. ביי א שלום דעמאנסטראציע פון שלום עכשיו. י"ב חשוון איז אנערקענט פון כנסת אלס נאציאנאלע יארצייט.

ער האט די מערסטע דענקנעמען פון פלעצער, שטעט און שאסייען פון אלע אנדערע פרעמיער מיניסטארן פון ישראל.

משפחה

ראבין האט געהייראט לאה שלאסבערג. ער האט איבערגעלאזט צוויי קינדער, דליה און יובל.

מוסטער:פרעמיער מיניסטארן פון ישראל מוסטער:פארטיידיגונג מיניסטארן אין ישראלמוסטער:אינערן-מיניסטארן אין ישראל