רוי:יצחק פינדרוס

ווערסיע פון 12:20, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
יצחק פינדרוס

יצחק זאב פינדרוס (געבוירן כ"ז תמוז ה'תשל"א, 20סטן יולי 1971) איז אַ ישראלישער פּאָליטיקער פון דער "דגל התורה" פארטיי א תלמיד חכם. צווישן די יארן 2001–2007 איז ער געווען בירגערמייסטער פון ביתר עילית, און פון 20082013 איז ער געווען וויצע־בירגערמייסטער פון ירושלים. זייט 2020 איז ער דער אלגעמיינער סעקרעטאר פון דגל התורה. היינט זיצט אין דער כנסת פאר דער יהדות התורה פראקציע.

ביאגארפיע

ער איז געבוירן אין ירושלים צו משה און זעלדא (העלער) וואָס האָבן אימיגרירט פון די פאראייניגטע שטאטן. ער האט געלערט אין דער אדרת אליהו ״זילבערמאן״ חדר, און דערנאך אין דער זילבערמאן ישיבה.

אין 2019 האט ער געהאלטן דעם 8טן פלאץ אין דער רשימה פו יהדות התורה, און איז דערוויילט געווארן צום 21סטן כנסת.