רוי:יצחק לייבוש פרץ
יצחק־לייבוש פּרץ אָדער י. ל. פּרץ (18טן מײַ 1852 - דריטן מײַ 1915) איז א דערצײלער, מחבר, און שרײַבער אין דער ייִדישער שפּראַך. ער איז געבאָרן געװאָרן אין דעם שטעטל זאַמאָשטש, און איז געשטאָרבען אין װאַרשע, בײדע אין פױלן.
צװישן זײַנע באַקאַנסטע דערציילונגען זײַנען "אױב נישט נאָך העכער" און "דער אוצר", װעגן חסידים אין שטעטלעך אין פּױלן פֿאַר דער צװײטער װעלט מלחמה, און זײַן דיכטונג "מאָניש", אײנע פֿון זײַנע ערשטע אױס אינעם יאָר 1888 אין שלום־עליכמס "פֿאָלקסביבליִאָטעק".
ער האָט באַקומען טראַדיציאָנעלע חינוך פון חדר און ישיבה, אָבער ער אַנטדעקט די "בילדונג" און די וויסנשאַפֿט ווען ער האָט געלייענט און זיך געלערנט אין אויטאדידקטישן מעטאָד.
ער האָט זיך געלערנט עטלעכע שפראכן.
צו אכצן יאר האט ער חתונה געהאט מיט זיין ווייב שרה, אבער אין 1876 האט ער זי געגט. דערנאך האט ער שטודירט געזעץ און געווארן אן אדוואקאט אין זאמאשטש. אין 1878 האט ער חתונה געהאט א זיווג שני מיט נחמה (העלענע) רינגלבלום.
אין 1908, איז ער געווען פון די גרעסטע פערזענליכקייטן, וואס האבן זיך באטייליקט ביי די טשערנאוויצער קאנפערענץ.
פרץ האט געהאלפן אנדערע יידיש־שפראך שרייבער צו פארעפנטלעכן זייער ווערק, ווי למשל דער נסתר און ל. שפירא.
וועבלינקען
- Stevens, Payson R.; Levine, Charles M.; and Steinmetz, Sol , די ביישטייערונגן פון י.ל. פרץ צום אידישן ליטעראטור.
רעקאָרדירונגען פֿון װערק פֿון י.ל. פּרץ
- ז. רייזען, יצחק לייבוש פרץ : זיין לעבן און זיינע ווערק