רוי:ישכר דוב רוקח (ב)

ווערסיע פון 03:17, 22 אפריל 2026 דורך אייזיקל (שמועס | ביישטייערונגען) (נייער בלאט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

הרב רבי ישכר דוב רוקח (געב. ח' שבט ה'תש"ח) איז דער היינטיגער און פינפטער רבי פון דער בעלזער חסידות.

ביאגראפיע

רבי יששכר דוב רוקח איז געבוירן געווארן אין תל אביב צו זיין טאטן רבי מרדכי רוקח, דער בילגורייער רב.

זיין פאטער איז געווען א זון פון רבי יששכר דוב רוקח (דער דריטער בעלזער רבי) און א פּלימעניק פון רבי אהרן רוקח, וועלכער האָט אים אויפגעצויגן נאך דעם וואָס זיין טאטע איז נפטר געווארן אין יונגן עלטער.

זיין מוטער איז געווען מרים, א טאכטער פון א טאכטער פון ר' הערשל גליק פון סאטמאר, רומעניע.

זיין טאטע, דער בילגורייער רב, איז פלוצלינג נפטר געווארן ווען ער איז געווען בלויז איין יאר אלט. ער איז ערצויגן געווארן אין הויז פון זיין פעטער, דער בעלזער רב, רבי אהרן רוקח.

אין זײנע יונגע יארן האט ער געלערנט אין תלמוד תורה און ישיבות פון חסידות בעלזא אין תל אביב און ירושלים.

ווען ער איז אלט געווען ניין יאר איז זיין פעטער נפטר געווארן, אן איבערלאזן קינדער. די בעלזא חסידות איז דאן געבליבן אן אן אקטיוון רבי פאר עטליכע יאר.

ביי זיין בר מצוה, וואס איז פארגעקומען אין בעלזער הויף אין תל אביב האבן זיך באטייליגט טויזנטער, אין שפיץ פון פילע דעמאלטיגע גדולים ורבנים, א שטייגער ווי צאנז קלויזנבורגער רבי, דער אמרי חיים פון וויזניץ, דער טשעבינער גאון און נאך.

אלס איידעם אין וויזניץ

ט"ו אדר תשכ"ה, אין עלטער פון 16 יאר, האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית שרה, די טאכטער פון דעם וויזניצער רבי פון בני ברק, רבי משה יהושע האגער.

צענדליגער טויזנטער חסידים האבן זיך באטייליגט ביי דער גרויסארטיגער חתונה, זייענדיג די ערשטע גרויסע רבי'שע חתונה נאך דער צווייטער וועלט מלחמה.

די ערשטע תקופה נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין קרית וויזניץ, בני ברק. שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין ירושלים.

אין תשל"ו, נאך עטליכע יאר ווארטן, איז געבוירן זייער איינציג קינד, הרב אהרן מרדכי.

אדמורו"ת

י"ב תמוז תשכ״ו (1966), נאך התייעצות מיט גדולי תורה, ווען ער איז אלט געווען אכצן יאר, איז ער אויפגענומען געוואָרן אלס אדמו״ר מבעלזא, און האָט איבערגענומען די הנהגה פון דעם חסידות.

זינט דעמאלט פירט ער די חסידות פון זײן צענטער אין ירושלים, און האט איבערגעבויט און פילפאכיג פארגרעסערט די בעלזער קהילה.

ליינט נאך

בעלזא חסידות

רבי אהרן רוקח פון בעלזא